הויפט בלאט באריכט שיינעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א אין שטאט קרית יואל

שיינעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א אין שטאט קרית יואל

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


בהדרת כבוד האבן תושבי קרית יואל מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א וואס האט חונן געווען פני העיר און געפראוועט דעם געהויבענעם שבת קודש אין די שטאט.

דאנערשטאג נאכט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל און איז גלייך צוגעפארן אויף א באזוך ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס כבוד. און עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בדברי תורה און סיפורי צדיקים.

שפעטער באנאכט איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים לכבודו אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שאול פערלמוטטער הי"ו ווא דער רבי האט געהאט די אכסניא איבער שבת.

במשך דעם שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכט די תפילות און טישן אין בית המדרש "כתב משה" אויף די ווען ביורן גאס, וועלכע האט געווירבלט מיט פילצאליגע אידן, חסידים ואנשי מעשה, צווישן זיי א צאל געסט וואס זענען ספּעציעל געקומען מיטצוהאלטן דעם שיינעם שבת.

פרייטאג־צו־נאכטס האט א גרויסער ציבור מיטגעהאלטן דעם צימעס־טיש וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט מיט אמירת דברי תורה און סיפורי צדיקים.

דער מיטאג טיש האט דער רבי שליט"א געגעסן אינאיינעם מיט די חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת.

ביי שלש סעודות האט זיך באזונדער אנגעזען א גרויסער ציבור אידן וואס האבן געשלונגען מיט דורשט די דברות קודש און דברי מוסר וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען.

מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם מלוה מלכה כנוסח פשעווארסק, דערציילנדיג דערביי א שלל סיפורים פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע לרגל די הילולא קדישא, צווישן זיי פארשידענע עובדות און ענינים וואס דער רבי האט מקבל געוועהן פון זיין גרויסן שווער כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.

במשך די נאכפאלגענדע טעג האט דער רבי שליט"א עוסק געווען צו שאפן גרויסע סכומים פאר די מוסדות "דברי חנה קאלאשיץ" וואס איז א מגדל אור אין די שטאט מאנסי, לזכרו פון הרה"ק רבי חנה מקאלאשיץ זי"ע הי"ד.

אין די טעג בעפאר די הילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט דער רבי שליט"א פוקד געוועהן דעם ציון המצוינת אינאיינעם מיט א קבוצה חסידים. היינטיגן דאנערשטאג קערט זיך דער רבי שליט"א אהיים לביתו נאווה קודש אין מאנסי.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00