הויפט בלאט באריכט מעמד תפילת רבים בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא ביים כותל המערבי

מעמד תפילת רבים בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא ביים כותל המערבי

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' ראה • כ"ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


א געהויבענער מעמד התפילה איז פארגעקומען ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיטן השתתפות פון הונדערטער חסידי סקווירא תושבי ארץ הקודש. צום ערשט איז מען אנגעקומען צום הר הצופים מול מקום המקדש ווי הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א האט געריסן קריעה כדת וכדין. דערנאך איז מען אנגעקומען אויף א תפילת רבים ביים כותל, וואו מען האט געדאוונט מעריב, געזאגט ספר רביעי שבתהילים און געזינגען ניגוני התעוררות וציפייה לגאולה, נאכן מעמד התפילה זענען די חסידים דורך און איבערגעגעבן קוויטלעך.

שפעטער באישון ליל איז פארגעקומען אין א זאל סמוך ונראה צום כותל המערבי, דער התכנסות חסידי סקווירא וואו עס איז געהערט געווארן א שמועס פון הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א אלס הכנה צו די ימי הרחמים והרצון, דערנאך האט ער פארטיילט מטבעות כנהוג וואס דער סקווערער רבי שליט"א האט געשיקט קיין ארץ ישראל לרגל די וואך נאכט פון אן אייניקל וואו מען האט דערביי געזינגען ניגוני שמחה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00