מאנטאג פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
די צענדליגער "קיבוץ בחורים" אין ישיבה גדולה מאור עיניים ראחמיסטירווקא האבן דעם מיטוואך מיטגעהאלטן א פרעכטיגער מעמד כבוד התורה וחלוקת תעודות נאכן זיך פארהערן אויף גאנץ מסכת קידושין גמרא רש"י תוס', אינעם מסגרת פון חבורת 'להתענג', די מעמד איז פארגעקומען אין א זאל אין ירושלים אין שפיץ פון דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט זיך געוואשן צו א סעודת מצוה, לכבודה של תורה.
אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א נכדו הגדול פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע וועלכע האט אויפגעפלאמט די בחורים מיט א אהבת התורה, אויך האבן אויפגעטראטן דער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א און דברי ברכה איז געהערט געווארן דורך הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די יומא טבא לרבנן ווען מען פייערט אזא געוואלדיגע דעגרייכונג און שטארק מעודד געווען די בחורים צו שטייגן ווייטער במעלות התורה.
דער רבי שליט"א זעלבסט האט געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין לגמרה של תורה, ווען דער רבי פאטשט מיט די הענט און טוט מעודד זיין די ריקודין.