זונטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
א שיינעם מעמד פון הרחבת גבולי הקדושה, איז אפגעהאלטן געווארן אין די קראלי יונגל קעמפ "מחנה זרע אברהם" אין סט. פאולסבורג, ווען מען האט געגאסן די יסודות פאר די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם קעמפ.
דעם אנהייב יאהר האט די הנההלת המחנה אונטערגענומען א מאסיווע בוי פראיעקט אהערצושטעלן א מאיעסטעטישן בנין המרכזי אינעם נייעם יונגל קעמפ, מיט אלע הויפט באדינונגען פארן קעמפ. דער בנין וועט זיין די הויפט געביידע אינערהאלב די נארוואס אפגעקויפטע נייע קעמפ וואס איז באנייעט געווארן צום היי יעריגן זוממער הבעל"ט אין א מזל'דיגע שעה.
אצינד, דעם פרייטאג ערב שבת נחמו, איז געגאסן געווארן די יסודות פאר די מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אין אט דעם נייעם בנין, די מעמד איז געוועהן אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וואס עינו ולבו איז שטענדיג אריינגעטון פאר די הצלחת המוסדות, דער רבי שליט"א האט געגאסן די בורות הטבילה און דאן מכבד געוועהן די אנוועזנדע אנשים מכובדים און די ראשי הישיבה, מגידי שיעור און נאך.
נאכן מעמד האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים רבתי אינעם קעמפ וואו דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד די פרייליכע מאורע, און עס זענען געהערט געווארן נאך דרשות דורך די ראשי המחנה.