דעם דאנערשטאג האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בן כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א באזוכט אין די "הצלחה" תפילין פאבריק אין בני ברק אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' מנחם הלל אויש הי"ו מחשובי חסידי בעלזא אין בני ברק, ווי הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט אינאיינעם מיט בנו הבחור הבר מצוה משה יהושע ני"ו, עוסק געוועהן אין די עבודת הקודש אנצוגרייטן די תפילין און צוגעענדיגן די בתים פונעם בר מצוה בחור, לקראת די גרויסער שמחה וואס וועט פארקומען ברוב עם הדרת מלך דעם קומענדיגן חודש אלול בחצר הקודש בעלזא.