דאנערשטאג פ' עקב • כ' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן מיטוואך האבן די טויזענטער תלמידים פון מחנה שלוה ד'באבוב זוכה געווען צו א געהויבענעם טאג ביים ביקור הוד פון די רועה נאמן און נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף די יערליכע ביקור קודש בקרב די תלמידי המחנה און כבקרת רועה עדרו אריבערגעגאנגען צווישן אלע אפטיילונגען אינעם קעמפ זייענדיג מאציל מזיו הוד תפארתו פאר די תלמידים כבנים וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די תינוקות של בית רבן.
דער רב שליט"א איז ערשינען במלוא הדרו אין מחנה שלוה אין סאוט פאלסבערג און איז געווארן אפגעווארט דורך די תלמידי המוסדות בשירה וזמרה. צום ערשט איז דער רב אריין אין ביהמ"ד בית יוסף שמואל וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די הונדערטער קינדער פון כתה א' ביז כתה ד' וואו די קינדער האבן געזינגען גראמען און זענען דערנאך אדורך מקבל זיין א פרי מידיו הקדושות פונעם רב שליט"א.
דערנאך איז דער רב אריבער צום גרויסן בית מדרש בנין אבסטפעלד ווי די עלטערע תלמידי המחנה האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה. דער רב האט משמיע געווען אמרי קודש מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די תלמידים און אלע קינדער זענען אדורך שלום נעמען.
פון דארט איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד בנין מיללער פון די ישיבה לצעירים כרם ציון און איז אריינגעקומען בשעת די סדר הלימוד פון די בחורים און זיך צוגעקוקט מיט גרויס קורת רוח ווי די בחורים זיצן און לערנען בהתמדה רבה און ארומשפאצירט צווישן די לומדים. דערנאך זענען אלע בחורים אריבער געבן שלום און דער רב האט מעריך געווען א שולחן לחיים און איבערגעגעבן א שיינע שמועס פאר די בחורים. נאכן באזוך האט מען ארויסבאגלייט די רב שליט"א ברחובות קריה מיט פרייליכע ניגונים.