הויפט בלאט באריכט נַחֲמוּ עַמִּי: געהויבענער "שבת נחמו" און סעודת הודאה רבתי בצל האד' מסקולען וומסב"ג אין קרית יטב לב – בלומינגבערג

נַחֲמוּ עַמִּי: געהויבענער "שבת נחמו" און סעודת הודאה רבתי בצל האד' מסקולען וומסב"ג אין קרית יטב לב – בלומינגבערג

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג. , JDN


דער חרדישע יישוב קרית יטב לב – בלומענבערג – האט דעם שב"ק געהאט צו גאסט כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן פראווען די געהויבענעם שבת נחמו און די נאכפאלגנדע סעודת הודאה רבתי אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון חסידיו ומעריציו תושבי העיר.

צענדליגע געסט זענען געקומען צופארן פון די ארומיגע קאנטרי'ס און פון שטאט מיטצוהאלטן דעם שיינעם שבת בצל הקודש, די רבי שליט"א האט געהאט די אכסניא דורכאויס שבת אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי שאול יחזקאל לעבאוויטש אויף די וואלנאט רידזש גאס, און האט אפגעראכטן די תפילות און טישן דורכאויס שבת אויף א גרויסן פארנעם אין די זאלן פון עטרת פעסיל לאה.

במוצאי יום גילה האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון פילע הונדערטער אידן פון די ארומיגע קאנטריס, און פון אלע געגענטער מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמד סעודת הודאה, די גרויסע עטרת פעסיל לאה זאל איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום, די משוררים אין שפיץ פון הרב וואלף בראווער פון קרית יואל האבן מהנה געווען דורכאויס די מעמד בשירה וזמרה מיטן אוצר הניגונים לבית סקולען.

ארום צוועלף דרייסיג איז די רבי שליט"א ערשינען צום סעודת הודאה רבתי, ווי נאר דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל האט מען אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ 'חסדי ה', 'נחמו עמי' און דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום מלוה מלכה, עס האבן זיך דערביי אנגעזעהן רבנים וחשובים צווישן זיי אב"ד העלישוי, אב"ד קראלי, האדמו"ר מטריסק לאנדא, אב"ד קאזאווא וומס"ב, אב"ד סערענטש מאנסי, אב"ד שאץ ב"פ, ר"י דרכי נועם, הגה"צ רבי יעקב יוסף גאלדמאן דומ"ץ סקווירא מאנסי, און נאך פילע רבנים חשובים און נכדי הרה"ק מסקולען זצ"ל.

די גאנצע סעודה איז געווען איין שטיק התרוממות הנפש, צום הויכפונקט האט די רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט גאר שטארקע און לענגערע דברות קודש, און מעורר געווען איבער פארשידענע ענינים הצריכים חיזוק, צניעות, תפילה, מדות טובות, און זיך אפשיידן פון די פגעי הטעכנאלאגיע.

דאן האט רבי שליט"א האט פארגעזונגען די ניגוני הודאה אודה ה',  אודך ה' בכל לבבי, און אתה ה', דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין די ריקודין להודות ולהלל בשבח והודאה.

עס איז שוין געווען פיר אזייגער פארטאגס ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון און געטאנצן 'ונשגב' וואו עס איז איינגעפירט אין סקולען מידי שבוע בשבוע.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00