מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
הונדערטער אידן תושבי ירושלים האבן דעם שבת מיטגעהאלטן די דערהויבענער תפלות און טישן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין ארה"ק, בקרב חסידיו ומעריציו.
די תפלות און טישן זענען געפראוועט געווארן אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אויף רחוב אדוניהו הכהן אין ירושלים, וועלכע איז פארפלייצט געווארן מיט הונדערטעכ אידן פון אלע עקן שטאט, וועלכע זענען געקומען זיך אנווארעמען ביי די דביקות'דיגע תפלות און טישן פון רבי'ן שליט"א.
ביים טיש פרייטאג צונאכט'ס האט זיך אויך באטייליגט דעם רבינ'ס עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מקאסוב פון לעיקוואוד, וועלכע וויילט אויך אין די יעצטיגע טעג אין ארה"ק כמנהג אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל. עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זעהן ווי די צוויי ברודער האדמור"ים שליט"א האבן זיך מכבד געווען איש את אחיו מיט די גרעסטע מאס כבוד און הערצה בשבת אחים גם יחד, און האט אויך מכבד געוועהן דעם ברודער האדמור מקאסוב לעיקוואוד מיטן בענטשן על הכוס. מען האט פארענדיגט דעם טיש ארום 3:30 פארטאגס ווען דער ציבור איז דורך זאגן א גוט שבת און אהיימבאגלייט דעם רבי'ן צו די אכסניא.
ביי די תורה האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם וואס זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פלעגט יאר יערליך קומען וויילן אין ארץ ישראל דורכאויס די ימי בין המצרים, כדי מיטצושפירן פון דער נאנט מיט די צער השכינה.
שבת צופרי האט דער רבי צוגעשיקט צו שחרית הרב ישראל קאהן משב"ק כ"ק האדמור"ר מסערט וויזניץ זצ"ל און צו מנחה ערב שבת איז צוגעגאנגען צום עמוד הרב חיים מאיר סבו משב"ק כ"ק האדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל.
נאכך מוסף איז פארגעקומען די ברית לבן אחד מחסידיו ווי דער רבי איז מכבוד געווארן מיט סנדקאות. נאכן ברית האט דער רבי אפגעראכטן דעם קידושא רבא אין ביהמ"ד און אויפגעטראטן מיט קרוצע אמרי קודש.