הויפט בלאט באריכט אוֹדְךָ בְּקָהָל רָב: גראנדיעזע מעמד "סעודת הודאה" מוצאי שבת נחמו בחצה"ק סקולען לעיקוואד

אוֹדְךָ בְּקָהָל רָב: גראנדיעזע מעמד "סעודת הודאה" מוצאי שבת נחמו בחצה"ק סקולען לעיקוואד

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידי סקולען און תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואוד האבן מיטגעלעבט געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש, ביים גרויסארטיגן מעמד "סעודת הודאה רבתי" מוצאי שבת נחמו, לרגל די יום הצלה פון צדיקי בית סקולען, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה ותודה ובמקהלות עם רב, זייענדיג א זמן קהלה לכל פאר עדת חסידי סקולען און אידן אומעטום, וואס זענען זיך צוזאמגעקומען צום סעודת הודאה, אפצוגעבן דעם שבח והודי' לקל בורא עולם אויף די גרויסע חסדים אין יענע שווערע זמנים.

באזונדער איז אריבער מיט גרויס רגש, אפגעראכטן געווארן די גרויסארטיגע "שבתא דריגלא", שבת נחמו, וואס דינט יערליך אלס שבת התכנסות בחצר הקודש סקולען אין לעיקוואד, בפרט היי יאר, ווען דער וועד האש"ל האט אריינגעלייגט כוחות עצומות אהערצושטעלן דעם שבת על צד היותר טוב, און צושטעלן אכסניות פאר די פילע געסט פון אלע מקומות.

דער מעמד ההודאה איז פארגעקומען אין גרויסן סקולענער ביהמ"ד אין לעיקוואד, וואס איז באלד ביים אנהייב פונעם חגיגה געווארן איבערגעפילט מלא על כל גדותיו, די בעלי בתים חשובים און אנשים מכבודים ביים טיש און די הונדערטער אברכים און בחורים אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן לענג פונעם גאנצן ביהמ"ד.

צווישן די רבנים חשובים, האבן זיך אנגעזעהן ביים מעמד הגה"צ אב"ד וויטקא שליט"א חתנו הגדול פונעם סקולענער רבי'ן בעל מאור ישראל זצוק"ל, און די אדמור"י ורבני העיר לעיקוואד, האדמו"ר משעדליץ, דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד, דומ"ץ בעלזא, דומ"ץ צאנז קלויזנבורג, הרבנים מנאדפאלי, ניימארק, יגדיל תורה, שערי תפלה, דינוב, סטרעטין, נר ישראל, הרה"ג ר' פנחס ווייסמאנדל ראש ישיבת אור תורה און נאך פילע בנש"ק אייניקלעך פון די בעל הנס צדיקי בית סקולען.

עס איז אויפגעגעבן געווארן א סעודה רחבה לכבוד היום, און ארום 12:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד און זיך תיכף ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין וינעו אמות הסיפים, אויף די גרויסע ניסים און חסדים עצומים, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודתא דדוד מלכא משיחא, און מען האט געזינגען די זמירות מלווה מלכה אויפן סקולענער נוסח.

דער רבי האט פארגעזינגען די ניגוני קודש לבית סקולען, אינצווישן זיי די אויסגעווייקטע ניגון 'יוודע בגוים' מיט גרויס התרגשות. האט משמיע געווען יסודות'דיגע דברות קודש והדרכה במשנתם פון די צדיקים לבית סקולען זי"ע, און מעלה געוועהן תקפו של נס. דער רבי און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ אויף ניגוני שבח והודאה וואס מען פלעג זינגען אלע יאהרן ביי די מעמדי סעודת הודאה אין סקולען, טאנצנדיג בעוז ותעצומות פאר לענגערע מינוטן.

עס איז שוין געווען נאך פיר אזייגער ווען דער רבי האט פארלאזט דעם זאל, און דער ציבור האט זיך צעשפרייט מיט געהויבענע הרגשים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00