מאנטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען אן אייגנארטיגן מעמד "שחיטת הכבש" וואס איז דורכגעפירט ווערן אינעם קעמפ פון די סערדאהעלי ישיבה אין מאנטיסעלא, דורכ'ן ראש הישיבה הכהן הגדול מאחיו כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אויף די שעפעלע וואס דער רבי שליט"א האט ערהאלטן ביים היסטארישער מעמד "פדיון פטר חמור" װאס איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם חול המועד הפסח דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, במעמד אלפי ישראל.
מאז ועד עתה האט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א זיך געגרייט דורכצופירן דעם שחיטת הכבש אויפ'ן כבש הפדיון וואס איז געקומען לידו, וכדרכו האט דער רבי שליט"א געזוכט מהדר צו זיין דורכצופירן די שחיטה מיט אלע חומרות און דקדוקים, דורך א שו"ב מומחה, מיט פארשידענע זהירות אויף וואס דער רבי שליט"א איז מהדר בכל צעד ושעל. אצינד איז באשטימט געווארן, אפצורעכטן דעם מעמד אויפ'ן גרויסן שטח פונעם סערדאהעלער קעמפ אין מאנטיסעלא, ווערנדיג מיטגעהאלטן דורך די תלמידי הישיבה און א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה פון אלע מקומות. די עסקנים האבן אריינגעלייגט גרויסע כחות מסדר צו זיין אלע פרטים ארום און ארום, צו ערמעגליכן פאר יעדן איינעם צו קענען מיטהאלטן דעם אייגנארטיגן מעמד.
אלס שוחט האט געדינט הרה"ח ר' זלמן לייב פיאלאפף הי"ו פון קרית יואל, הארט פאר'ן מעמד איז דער שוחט אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה ווי דער רבי שליט"א האט איבערגעקוקט די חלפים א לענגערע צייט און דערביי געוואוטשן ברכת קדשו.
דעם רבינס איידעם הגה"צ ר' אהרן זלמן יונגרייז שליט"א – מנהל הישיבה האט געפענט די מעמד, און דערנאך האט דער שוחט איבערגעבן דברי הקדמה וואו ער האט אויסגעשמועסט די אלע הלכות פון שחיטה און ניקור ובדיקת אברים, דאן האט מען בהדרת כבוד ענטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א, צום ערשט האט דער רבי ווידער איבערגעקוקט דעם חלף און דערביי האט דער שוחט געמאכט די ברכה און געשחטן דער שה, נאכן שחיטה האט דער רבי בודק געווען דער חלף צום דריטן מאל, און דערנאך האט דער שוחט געצייגט פאר'ן רבי'ן אז די בהמה איז גלאט כשר, ווי דער רבי שליט"א האט דערויף באשטעטיגט אז די שחיטה איז כשר למהדרין, נאכן בודק זיין דעם קאפ פון תולעים און די לונגען האט דער רבי שליט"א פארלאזט די מעמד, און דער שוחט האט ווייטער ממשיך געווען צו ווייזן אלע חלקי הבהמה בכל פרטי' ודקדוק'.
א טאג דערויף, ערב שבת, האט די רבי שליט"א זיך טעלעפאניש פארבינדן מיטן סאטמאר'ער רבין, ווי די רבי האט איבערגעגעבן אז די כבש איז ב"ה ארויסגעקומען כשר וישר, און אזוי אויך האט דער רבי אפגעשיקט צום סאטמאר'ער רבי'ן דעם ראש כבש לכבוד יום טוב ראש השנה.