זונטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין ,JDN
במשך די פארלאפענער וואך איז די באשיידענע דירה פון הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, באלאגערט געווארן מיט א שטראם פון אידן ובראשם צענדליגער אדמורי"ם ורבנים וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין דעם דיין נאך די פטירה פון אחיו הנעלה להבחל"ח הרה"ח ר' יושע אהרן בערקאוויטש ז"ל, וועלכער איז פארגאנגענעם זונטאג דברים נפטר געווארן אין עלטער פון 71 יאהר.
דער חשוב'ער נפטר הרה"ח ר' יושע אהרן ז"ל איז געווען אן איש מורם מעם, א אוצר פון מדות טובות ונשגבות. ווי אחיו הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט ארויסגעברענגט אין זיינע דברי הספד לפני מטתו, אז טראץ זיינע יסוריים ומכאובים האט ער כסדר זיך מתעסק געווען בגמילות חסדים, און געזעצן על התורה והעבודה.
מיטווָאך אינמיטן די ימי השבעה איז דער דיין שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג מקבל זיין תנחומין צוזאמען מיט די בני המשפחה קינדער און ברידער פונעם נפטר אין זיין שטוב אויף קליימער סט. וואו עס האט זיך ווייטער אנגעזען אן אומאויפהערליכער שטראם פון מנחמים.
באזונדער האבן זיך אנגעזען פילצאליגע רבנים וגאונים, דייני ק"ק סאטמאר פון אלע געגענטער, צוזאמען מיט צענדליגער אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות וואס זענען אין כסדר'דיגן פארבינדונג מיטן דיין שליט"א אלס אחד מגדולי הפוסקים בדורינו מקבל צו זיין לקחה של תורה והלכה אויף אלע ענינים.
צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מוויען, בית יצחק ספינקא, תולדות צבי דספינקא, סקולען וויליאמסבורג, סקולען מאנסי, סקולען לעיקוואד, ישועת יעקב סקולען, צאנז זמיגראד, קארלסבורג, טשערנאוויץ, ראפשיץ, נאדבורנא לינסק, שינאווא, טעמשוואר, ביקסאד, ראדוויל, הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד, אב"ד שערי תפילה, אב"ד סאלקא, אב"ד תפארת משה, אב"ד אשוי, גאב"ד קארלסבורג, גאב"ד פריימאן, און נאך.
באזונדער האבן אויך א צאל גדולי ישראל פון איבער דער גארער וועלט זיך טעלפאניש פארבינדן איבערצוגעבן זייערע טרייסט- וואונטשן פאר ידיד נפשם דער דיין, מאנטיג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זיך פארבינדן טעלפאניש ממעון הנופש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר און עס האט זיך פארצויגן א שמועס בעניני דת ודין, אויך האט זיך פארבינדן מיטן דיין די פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א וועלכער האט במשך א היבשע וויילע מנחם אבל געווען דעם דיין שליט"א, און משמיע געווען דברי חיזוק וניחום.
עקסטער האבן זיך פארבינדן פילע אדמורי"ם ורבנים פון אלע מקומות צווישן זיי האדמורי"ם מתולדות אהרן, דושינסקיא, טאהש, און נאך.