הויפט בלאט באריכט לענגערער באזוך פון האד' מסאטמאר ביי מהודר'דיגע סאטמארער שחיטה אין אייאווע | ברייטע דעקונג

לענגערער באזוך פון האד' מסאטמאר ביי מהודר'דיגע סאטמארער שחיטה אין אייאווע | ברייטע דעקונג

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' ואתחנן • י"ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם דינסטאג האט כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א אפגעשטאט א לענגערן באזוך ביי די מהודרדיגע סאטמארער שחיטה אין אייאווא, וואו דער רבי שליט״א האט געהאלטן אן עינא פקיחא אויפן גאנצן סדר השחיטה, ניקור און מליחה, צו קענען מזכה זיין את הרבים מיט בשר כשר אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין מיט אלע חומרות און הידורים וואס נאר שייך, ווי ברייט באקאנט די אויסטערלישע כחות וואס דער רבי שליט״א לייגט אריין במשך אסאך יארן נאכאנאנד, אויפצוהייבן דעם כשרות-ניווא ביי די סאטמארער שחיטה, אז עס זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט אלע חומרות, לויט די יסודות וואס זענען אראפגעשטעלט געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי״ע ולאחריו אביו הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי״ע, והוסיף מדיליה א גרויסער צאל פרישע הידורים און חומרות וואס איז היינט מער שייך אהערצושטעלן און מסדר צו זיין לויט די היינטיגע מעגליכקייטן און סטאנדארטן.

אין די לעצטע יארן גייט די סאטמארער שחיטה אן אינעם בארימטן שעכט-הויז אין אייאווא, וואס אין צוגאב לייגט מען אויך צו די שחיטות אויף אנדערע מקומות, עצינד אין אורוגוואי, צו קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג.

געפונענדיג זיך אצינד אויף אפרוה אין ניו העמפשיר, האט דער רבי שליט״א באשטימט אויסצונוצן די געלעגענהייט, אריבערצופארן קיין אייאווא, צו זיין עומד על משמרת הכשרות, און מפקח צו זיין אויפן גאנצן סדר השחיטה מרישא ועד גמירא, פונעם נעמען א לעבעדיגע בהמה און עס פארוואנדלען אלס בשר כשר וואס איז ראוי לעלות על שלחן מלכים פון אידן יראים ושלמים.

דינסטאג אינדערפרי האט דער פריוואטער פליגער זיך געהויבן פון די לאקאניע ריזשענעל לופטפעלד אין גילפארד ניו העמפשיר, וואו עס זענען מיטגעפארן צוזאמען מיטן רבי׳ן שליט״א, ה״ה הגה״צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד״ק סאטמאר-מאנסי און בנו הגה״צ רבי חיים הערש טייטלבוים אבד״ק סיגוט, ואתם עמם די מקורבים ובני בית ביים רבי׳ן.

אויפן וועג האט זיך פארמירט א לענגערער שמועס, ביי וועלכן דער רבי שליט״א האט פארגעשטעלט די פילצאליגע חומרות און הידורים וואס מהאט ב״ה מצליח געווען איינצושטעלן ביי די שחיטה, און דער רבי שליט״א האט אויסגעשמועסט די פרטים און איינצלהייטן פון די מהודרדיגע שחיטה אויף אזא הויכן סטאנדארט על כל פרט ופרט.

אנקומענדיג צום בית השחיטה אין אייאווא איז דער רבי שליט״א אפגעווארט געווארן דורך הגה״צ אבד״ק נייטרא מאנסי שליט״א דער רב המכשיר אויפן ארטיגן בית השחיטה, צוזאמען מיט הגה״צ רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט״א דומ״ץ סאטמאר 15־טע עוו. וועלכער האט זיך געפונען אויפן פלאץ, לויט׳ן רוטין פון די סאטמארער דיינים שליט״א וואס געפונען זיך אויפן פלאץ ביים אהערשטעלן דאס פלייש פון די סאטמארער שחיטה.

גלייך אנקומענדיג האט דער רבי שליט״א אנגעהויבן ארומצוגיין איבער׳ן גאנצן פלאנט. ביי יעדן אפטיילונג עקסטער האט דער רבי שליט״א זיך אפגעשטעלט, און זיך אומגעקוקט מיט אן עינא פקיחא אויפן גאנצן סדר השחיטה מרישא ועד גמירא.

בשעת ווען דער רבי שליט״א איז אנגעקומען, האט מען שוין געהאלטן ביים חלק הבדיקה פון די בהמות וואס זענען שוין פון פריער געשוחט געווארן, און דער רבי שליט״א האט אנגעהויבן מיט יענעם אפטיילונג. א לענגערע צייט האט דער רבי שליט״א מיטגעהאלטן דעם גאנצן סדר הבדיקה, בדיקת פנים און בדיקת חוץ – אלעס האט דער רבי באטראכט און מיטגעהאלטן מיט אן עין בוחן, און הנאה געהאט צו זען ווי אלעס פירט זיך ב״ה על צד היותר טוב.

אזוי האט דער רבי שליט״א ממשיך געווען מיטצוהאלטן דעם סדר השחיטה זעלבסט. דער רבי שליט״א האט בודק געווען די חלפים פון די היימישע שוחטים אויפן פלאץ, און דערנאך המיטגעהאלטן דעם סדר השחיטה, מיטן זעלטן־מהודרדיגן סדר פון שחיטה מונחת, וואס גייט צו אויף אזא מסודרדיגן און מהודרדיגן פארנעם.

אזוי האט דער רבי שליט״א פארגעזעצט ביי אלע אנדערע אפטיילונגען פון די שחיטה – דעם שטארקן זהירות וואס מהאט גלייך פון אנהייב אפגעטיילט די נישט־כשר׳ע בהמות פון די מהודרדיגע וואס ווערן גענוצט פאר די סאטמארער שחיטה. אזוי ווייטער: דער חלק הניקור, די הדחה, מליחה, דעם גאנצן סדר פון פאקעדזשינג, די מאסיווע פרידזשדערס – און אזוי ווייטער.

ביי יעדן פרט און אויף יעדן טריט האט דער רבי שליט״א זיך אפגעשטעלט און אלעס באטראכט פונדערנאנד.

נאך אומגעפער פיר שעה וואס דער רבי שליט״א האט זיך אויפגעהאלטן אינעם פלאנט, אן זיך אפשטעלן אפילו אויף א מינוט – האט דער רבי שליט״א פארלאזט דעם בית השחיטה, זייענדיג מלא רגש ושמחה, און האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו מיט א שבח והודאה להשי״ת אז מהאט זוכה געווען אזוי שטארק אויפצוהייבן דעם ניווא פון די שחיטה און דעם גאנצן סדר ארום, צו קענען מזכה זיין דעם ציבור מיט דעם העכסטן סטאנדארט פון פלייש מיט אזויפיל הידורים.

דער רבי שליט״א איז דערנאך אריין אין בית המדרש פון די שוחטים אויף א קורצן אפרוה מטורח הדרך והביקור, און עס האט זיך ווייטער געשאפן א שיינער שמועס איבער׳ן גאנצן סדר השחיטה, אויסשמועסנדיג די פארשידענע הידורים און סטאנדארטן מיט וואס די שחיטה איז אוועקגעשטעלט אויף אזא הויכן ניווא.

צו די באשטימטע צייט האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין צוריק צום לופטפעלד אויפן וועג קיין ניו העמפשיר, און אויפן וועג האבן זיך ווייטער געשאפן לענגערע שמועסן בדברי תורה ופלפולי הלכה אין כמה נושאים.

אין לופטפעלד אין ניו העמפשיר האט דער רבי שליט״א געדאוונט מנחה, און דערנאך זיך ווארעם אפגעזעגנט מיט די רבנים הגאונים שליט״א און מקורבים, און ממשיך געווען דעם וועג קיין בעטלעהעם, מלא רגש, פון דעם הערליכן באזוך ביי די שחיטה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00