מיטוואך פ' ואתחנן • י"ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
חסידי וויזניץ תושבי מאנטריאל האבן מיטגעלעבט א שיינעם באזוך פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וואס האט געוויילט אויף עטליכע טעג אין מאנטריאל און מאציל געווען מזיו הודו והדרו.
די וויזניצער רבי פון לאנדאן וועלכע האלט זיך אויף א לענגערע תקופה אין אמעריקא לצורך בריאות גופו הטהור, קומענדיג צוביסליך צו די כוחות, איז געקומען צו פארן קיין מאנטריאל לרגל השמחה במעונו ווען עס איז ביי איהם געבוירן געווארן א אור אייניקל למזל טוב, בן הנולד ביי נכדו הרב לייבוש האגער איידעם ביים ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, וועלכע האט געלאנדט דעם רבי'ן צו קומען מיטהאלטן די שמחה.
די וויזניצער רבי פון לאנדאן האט אנגענומען די הזמנה און איז געקומען צופארן די לאנגע נסיעה קיין מאנטריאל קאנאדע אויף שבת, ווען אלע תפילות דורכאויס שבת און אזוי אויך תשעה באב האבן די אדמורי"ם געדאוונט אינאיינעם אין ביהמ"ד הגדול בשבת אחים גם יחד, די סעודות שבת האבן די אדמורי"ם געפראוועט באופן פרטי, און מוצאי תשעה באב האבן די אדמורי"ם אפגעראכטן דעם שולחן הטהור לרגל די סיומי מסכתות כנהוג אין די בעלזא ביהמ"ד אין שכונת קוט – סט – לוק נעבן מאנטריאל.
א התרגשות'דיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט ביים שמחת הברית נעכטן דינסטאג אין וויזניצער ביהמ"ד אין מאנטריאל ווען עס האט זיך ווידער אנגעזעהן דאס אחדות און ברודערליכקייט וואס הערשט אין די וויזניצע משפחה, ווען מען האט אויסגערופן דער וויזניצער רבי פון לאנדאן אויף סנדקאות, און דער רבי האט באלד מודיע געווען אז היות ער האט שוין געדינט אלס סנדק ביי די פאריגע שמחה איז ער אצינד מכבד דעם יונגערן ברודער די מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א מיט די כיבוד פון סנדקאות, כאטש וואס די רבי האט זיך מטריח געווען בטלטולי דאורחא צו קומען צופארן צו די שמחה על אף חולשת גופו הטהור, און וואו דער רבי האט באטאנט איז די גרעסטע כיבוד וואס מ'קען איהם מכבד זיין, נעמליך אז מען איז מכבד זיין ברודער מיט סנדקאות.
נאך די שמחה האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין וועג צוריק קיין מאנסי וואו די רבי וועט וויילן די קומענדיגע תקופה בבית מקורבו הרה"ח ר' יעקב אהרן ווערצבערגער משמש בקודש פון אביו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע.