הויפט בלאט באריכט כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב: האד' מבעלזא אדרעסירט יערליכע כינוס חיזוק "תעצומות" פאר טויזנטער נשות בעלזא

כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב: האד' מבעלזא אדרעסירט יערליכע כינוס חיזוק "תעצומות" פאר טויזנטער נשות בעלזא

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' דברים • ה' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש


דעם מאנטאג איז אפגערהאלטן געווארן די יערליכע כינוס חיזוק "תעצומות" פאר טויזנטער נשות בעלזא, וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט אדרעסירט דעם אלטוועלטליכן כינוס וואס איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא אין ירושלים עיה"ק און איז געווארן מיטגעהאלטן לעבעביג דורך די נשות החסידות אין אריבער 20 לאקאציעס אין ארץ ישראל זעלבסט און אין אלע בעלזער קהילות איבער די וועלט.

צום ערשט האבן די נשים צדקניות זיך צוגעהערט צו די ווארימע דברי ברכה ותפילה דורך די הויכגעשעצטע בעלזער רביצין תליט"א און נאך עטליכע דרשות דורך רבני ומשפיעי ק"ק בעלזא.

מיט א יראת הכבוד האט מען דאן מקבל געווען פני הקודש פונעם בעלזער רב שליט"א וועלכער איז געזעצן אונטער א מחיצה, דער רב שליט"א האט טועם געוועהן פון די לעקח און בראנפן און דערנאך אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי חיזוק והתעוררות צו די בית יעקב אלו הנשים קרוב צו א האלבע שעה, זייענדיג מעורר כמה וכמה ענינים אינצווישן זיי אהבת חברים, כיבוד אב ואם, און זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן, און מסיים געוועהן מיט א ברכת קודש און א גוט געבענטשט יאהר פאר אלע פארזאמלטע נשים צדקניות בכל מקום שהם.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00