הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


שיין בילד פון מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים מעמד הקריאת שמע ליינען פון אן איר אייניקל, דער רך הנימול ווערט געזעהן אויפן שויס פונעם גרויסן עלטער זיידן דער גאון שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מנדבורנא צפת ביים געבן שלום פאר האדמו"ר מסערט וויזניץ מיט א התבטלות נפלאה, ביים יארצייט טיש די וואך בחצה"ק סערט וויזניץ, דער נאדווערנער רבי האט אלס בחור געלערנט אין די ישיבה אין רמת וויזניץ און קומט נאך אפט זיך מסתופף זיין בצל הקודש.

Blog Image

דאס פארלוירענע זעקל – דראמאטיש און טאלאנטפול פרזענטירט דורכן מגיד הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א און דער מייסטער מעלער ר' אהרן זאב בערנשטיין הי"ו ביים דינער לטובת איחוד מוסדות באבוב-45 אין בארא פארק.

האדמו"ר מסאדיגורא שפאצירט במקום הנופש אין סערוויניע – איטאליע אינאיינעם מיטן האטעל אייגנטומער הנגיד ר' אברהם פעלדמאן הי"ו.

Blog Image

העסקן הרב דוד חיים הערמאן הי"ו פון שיכון סקווירא ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מוויזניץ בעת דעם רבינס באזוך אין שטוב פון הנגיד ר' יהושע יצחק שאנפעלד אין סקווירא שטעטל.

Blog Image

האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד מערקט "קרישקעס" ביים שיעור "ליל שישי מוקדם" דורך המשפיע הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א אין לעיקוואד.

Blog Image

א שפאציר ביים ערשטמאליגן "בעלזא עקספאו" אין ירושלים וואס האט צונויפגעברענגט הונדערטער בעלזער סוחרים.

האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג ביי תפילת שחרית בביתו נאווה קודש אין טאמס ריווער וואו דער רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.

Blog Image

פילע פאר שיך ביים אריינגאנג צום ציון פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא פלעטבוש זצ"ל ביומא דהילולא, וואו דער מנהג אין סקווירא אויסצוטוהן די שיך ביים אריינגיין אין אהל.

Blog Image

"דער בלאט" אויסגאבע פון גענוי 25 יאהר צוריק ראש חודש אב תש"ס נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל, און די הכתרה פאר בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל.

Blog Image

הרב מיכל פירער משב"ק האדמו"ר מבעלזא ווערט געזעהן ביים "תפארת אנטיק" בודקע ביים ערשטמאליגן בעלזער ביזנעס עקספאו די וואך.

Blog Image

העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש ביים נעמען שיריים פון רבו האדמו"ר מוויזניץ ביים מסיבת לחיים נאכן דאווענען אין טשעסטער לכבוד די קריאת השם פון א ניי געבוירן אייניקל ביים רבי'ן.

Blog Image

הגה"צ גאב"ד רמת שלמה שליט"א ביים מיטהאלטן די וועכענטליכער "ליל שישי שיעור" פון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז נתני' בנו הגדול פון האדמו"ר מצאנז.

Blog Image

שאטער אויפגעשטעלט דורך די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטאל פירמע אין חצר פונעם ביהמ"ד אין וואודרידזש צו קענען דערשטרייטן די צאל מנינים און שיעורי תורה פון די זומער'דיגע תושבים.

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר באזוכט ביי די בוי פראיעקטן לענגאויס קרית יואל רבתי אהערצושטעלן ביליגע דירות לטובת הציבור.

האדמו"ר מביאלא ביים אנקומען אויף א קורצע באזוך אין מאנטשעסטער, לרגל א שמחה בבית מחותנו הרב יהודה איסלער שליט"א מחשובי תושבי העיר. אינעם בילד ווערט געזעהן דער בעל שמחה ר' יהודה ביים מקבל פנים זיין דעם רבי'ן אין לופטפעלד.

Blog Image

חברותא'שאפט אין ניו העמפשיר במקום הנופש פון האדמו"ר מסאטמאר: דער לאנגיעריגער הויז בחור ר' ישראל מענדל שווארטץ הי"ו מיטן אמטירנדע הויז בחור הב' שניאור זלמן עקשטיין.

Blog Image

הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו טרעט אויף ביים מעמד הכרת הטוב דורך מפעל "קרן השדכנים דסאטמאר" נאכ'ן פארטיילן די לעצטע תקופה קרוב צו א "מיליאן דאלאר" פאר שדכנים פון נאנט צו 130 שידוכים בלעה"ר כ"י.

האדמו"ר מסאדיגורא באזוכט אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב דוד מאיראוויטש הי"ו מנכבדי העיר אנטווערפען בעת דעם רבינס קורצן באזוך אין שטאט.

Blog Image

האדמו"ר מצאנז זמיגראד און זיין יונגערע ברודער הרב הצעיר ביים סעודת הילולא פונעם זיידן הגה"ק רבי סיני מזמיגראד זצוק"ל די וואך.

Blog Image

הרב יצחק דוד גרוסמן שליט״א דער רב פון מגדל העמק און חבר הכנסת ר׳ אורי מקלב ביי א מעמד קביעת מזוזה אין דעם נייעם ביהמ"ד אויפן כביש 6 אין ריכטונג ירושלים וואו עס וועלן זיך שטעלן מנינים דורכאויס דעם טאג פאר הולכי דרכים.

Blog Image

האדמו"ר מסקווירא איז זיך משתעשע מיט אן אייניקל, היניק זוהן פון בנו חביבו הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א ביי א שמחה במעונו.

Blog Image

האדמו"ר מאלכסנדר שפאצירט אויף די בערג פון סט. מאריץ שווייץ בנאות דשא.

Blog Image

הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק אריינגעטוהן אינעם ים התלמוד וויילנדיג אויף אפרוה אין די זוממער קעמפ פון ישיבת מאור החיים אין בלומינבורג בנשיאות בנו הרה"ג ר' אברהם שטיינמעץ שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מפינסק קארלין איז עוסק בתורה אויפן פליגער אהיים פון שווייץ וואו דער רבי האט געוויילט דורכאויס די וואך לטובת מוסדותיו.

Blog Image

האדמור"ים מביטשקוב און קודינוב אויף די גאסן פון קערעסטיר ביים אנוואונטשן א בר מצוה בחור.

Blog Image

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי הנגיד החסיד ר' ישראל מאשקאוויטש הי"ו פון לאנדאן מגדולי התומכים פון די מפעלי צדקה וחסד בנשיאותו פונעם רב.

Blog Image

אסיפה דורך ראשי ישיבת פונוביז וואו מען איז איבערגעגאנגען און באשטעטיגט די "נתקבל" ליסטע צום קומענדיגן זמן הלימודים הבעל"ט. פרישע 430 בחורים זענען אנגענימען געווארן אין ישיבה צום אלול זמן.

Blog Image

האדמו"ר מישעות יעקב סקולען איז עוסק בלימוד התורה אויפן טעראסע פון ביהמ"ד בית ברוך אין קרית יואל אנהאלטנדיג זיין חחברותא'שאפט מיט הנגיד החסיד ר' יעקב שלמה ווייס הי"ו.

Blog Image

האדמו"ר מביאלא בני ברק באזוכט אינעם בית השחיטה המהודרת אונטער די השגחה פון די עדה החרדית אין כפר חב"ד צו מקיים זיין די מצווה פון כיסוי הדם אזויווי די מנהג פון זקינו הרה"ק החלקת יהושע מביאלא זצ"ל, וועלכע האט יעדן טאג אין יאהר מקיים געוועהן די מצווה פון כיסוי הדם.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אויף א שפאציר אין דאבוס שווייץ אינאיינעם מיט הנגיד ר' ישראל אהרן פרידמאן הי"ו פון ציריך.

Blog Image

שיין בילד פון צוויי בחנ'טע ירושלימער קינדערליך ביי די פראטעסטן די וואך קעגן דעם גזירת גיוס בני הישיבות.

Blog Image

פרייליכע באגעשעניש אין כלל ישראל'ס שוהל אין וואודבערן צווישן האדמו"ר מניקלשבורג און דער משמח אלוקים ואנשים הר"ר זושא שמעלצער הי"ו.

Blog Image

האדמו"ר מקאסאן ביי א מעמד קביעת מזוזה אין די נייע שאו רום פון די קיטשען איילענד פירמע אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' חיים ראובן בויער הי"ו מחשובי חסידי קאסאן.

Blog Image

באגעגעניש אינעם פתאל טערמינאל אין די לוד לופטפעלד צווישן האדמור"ים מפינסק קארלין און אלכסנדר, ביידע אדמור"ים האבן אפגערייזט אינאיינעם קיין שווייץ.

Blog Image

העסקן הרב שלום בער פישל מראשי קהילת סקווירא ביים אויפנעמען די חשובע אורחים הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו און העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער וועלכער זענען געקומען זיך משתתף זיין בשמחתו פון הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, די שמחת הווארט פון בתו הכלה וואס איז פארגעקומען אין סקווירא שטעטל.

Blog Image

ביים שמחת הווארט בקודש פנימה אינעם נייעם פראווע שטוב פון האדמו"ר מסקווירא.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנצינדן די נרות שבת הארט פארן זמן, מערקט האדמו"ר ממבקשי אמונה ביים זיך אריינקוקן אינעם רבינס עבודת הקודש.

Blog Image

הרה"צ רבי יעקב מאיר אלתר שליט"א בנו הגדול פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע ווערט געזעהן דעם ערב שבת אין אשדוד וואו ער האט געוויילט אויף שבת לכבוד א משפחה שמחה.

Blog Image

הרב יצחק מיכל פאנעט חתנא דבי נשיאה האדמו"ר מפשעווארסק ביים ערהאלטן א תעודת היתר הוראה להלכות ריבית דורך הגאון רב פנחס ווינד שליט"א ראש בד"ץ לעניני ריבית, ווערט געזעהן הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א.

Blog Image

אין א ווינקל ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון מערקט "קרישקעס" האדמו"ר ממבקשי השם ביים מעתיר זיין לישועתן של ישראל.

Blog Image

הכנות אין בישטינא אוקריינע אין פולן שוואונג זיך גרייטנדיג אויפצונעמען אלפי ישראל מארבע פינות העולם וועלכע וועלן קומען פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די מסוגל'דיגע ניין טעג.

Blog Image

האדמו"ר מבערגסאז בית שמש ווערט געזעהן ביים חב"ד בודקע אינעם קענעדי לופטפעלד וואו דער רבי ציטירט וואס ער האט געהערט מפ"ק הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע איבער די דרך ההנהגה פון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל.

האדמו"ר מטרעבישאן אויף אן אויספלוג מיט די קינדער באזוכנדיג ביים מקום משכן שילה.

Blog Image

הרה"צ ר' שמחה בונם פאנעט שליט"א ראש כולל טאלטשאווא אין צפת, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מצאנז מיט די נייע ספר "באר שבע" פונעם סבא קדישא מטאלטשאווא זי"ע וואס איז ערשינען צו די הילולא קדישא.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ ירושלים ברחובות בארא פארק פארטוהן אין א וויכטיגן טעלעפאן געשפרעך למען חולי ישראל.

Blog Image

הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים דורכטוהן א טיפן סוגיא ביים סאטמארער עקספאו אינאיינעם מיט אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון בארא פארק.

Blog Image

נאך פונעם סאטמארער "זה מזה" ביזנעס עקספאו: עסקני בית לפליטות הר"ר וועלוול גאלדשטיין און ר' מענדל צימעט הי"ו.

Blog Image

מטעם קהל פאלטישאן איז ארויסגעשטעלט געווארן א ברכת תודה והערכה פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די עניני רפואה ביי הרה"צ ר' לייבל טווערסקי שליט"א ממאגרוב, נכד כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן זצ"ל, ובפרט הרה"ח ר' חיים גאלדפינגער משב"ק האדמו"ר מבאבוב בשליחות הקודש, און האדמו"ר מוויזניץ ירושלים.

Blog Image

העסקן הרב עזרא פריעדלענדער הי"ו בן האדמו"ר מליסקא מערקט "קרישקעס" ביים ארויסשטעלן די מודעות אויף די גאסן פון בארא פארק מיט די זמני התפילות אין ליסקא ביהמ"ד לטובת הציבור.

Blog Image

מעמד קבלת פנים לכבודו פון הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו פון לאז אנדזשעלעס אין תלמוד תורה תולדות אהרן אינעם נייעם יישוב "חריש".

Blog Image

הרב ישראל מאיר גבאי יושב ראש אגודת אהלי צדיקים וועלכע פארפיגט אויף די מקומות הקדושים לענגאויס אייראפע מערקט "קרישקס" אין שטאט לודמיר אין די טעג ארום די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע הי"ד.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א איז עוסק בתורה צווישן די שטילע קאנטרי בערג.

Blog Image

די חברת המתמידים אין שכונת "מתחם הסופרים" אין בני ברק באזוכן בקודש פנימה ביי האד' ממיאלען.

Blog Image

האד' מבאבוב-45 אין א שמועס מיטן מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א ביים יערליכן דינער אין מאנסי לטובת איחוד מוסדות באבוב-45.

Blog Image

דער גאלדענער שטול פון האדמו"ר מסקווירא הערליך איבערגעמאכט בנדבת ליבו פון הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא וואס האט מיט יארן צוריק איינגעהאנדלט דער שטוהל און איז דערנאך געהאלפן געווארן מיט זש"ק.

Blog Image

מתפללים אין די בעלזער שטיבל "אהל משה" אין אנטווערפען נעמען שלום פון האדמו"ר מסאדיגורא נאך א ברית אין ביהמ"ד וואו דער רבי איז געוועהן סנדק.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא מערקט "קרישקעס" די וואך אין אתרא קדישא מירון זייענדיג צוגאסט די טעג אין ארה"ק.

Blog Image

האדמו"ר משאץ וויזניץ ביים פארברענגען און מחזק זיין אן עלטערע איד אין די גאלדערס גרין געגענט אין לאנדאן בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין שטאט.

Blog Image

הגה"צ רבי אברהם צבי וואנזער אבד"ק סאטמאר מאנסי באזוכט בשליחת הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר אין אוריגוויי, על משמרת הכשרות פון די מערכת השחיטה לגסות שע"י קהל יטב לב, אינעם בית השחיטה המהודרת אונטער די געניטע פירערשאפט פון די מיעל-מארט אייגענטומער.

Blog Image

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב באזוכט אין די חסד אפיסעס פונעם בארימטן עסקן ר' שי' גראוכער הי"ו.

Blog Image

דער חזן הרב ישראל אדלער הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א נאכן מהנה זיין מיט חרוזין ביים רייכן דינער "באש לבנותה" לטובת די נייע ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין ירושלים.

Blog Image

האדמו"ר מדזשירקא אויף אפרוה אין שטעטל סאנט אנטאן אין עסטרייך ארומגענומען מיט מקורביו.

Blog Image

הרה"צ ר' ירחמיאל יוסף בידערמאן מלעלוב איז משמח לכבוד שמחת התורה ביים חגיגת הכנסת ספר תורה פארעגאנגענם ערב שבת אין לודמיר – אוקריינע.

נייע בוך "איש חסיד היה" אויף הרה"ח המפורסם ר' אלי' ראטה זצ"ל מיקירי קרתא דשופריא און יד ימינו פון הרה"ק רבי שלמה'ע מזוועהיל זי"ע, פריש ארויס פון דרוק.

האדמו"ר מפינסק קארלין אינאיינעם מיט האדמו"ר רבי פנחס אבוחצירא ביי א שמחת פדיון הבן די וואך וואו דער רבי האט געדינט אלס כהן הפודה.

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ביים פארהערן א תלמיד פונעם חדר אין "באר שבע" מיוחד פאר בעלי תשובה און מתחזקים.

Blog Image

האדמו"ר מבערגסאז האט "קרישקעס" באמערקט איינהאנדען נייע אויגן גלעזער לכבוד די זומער.

כשם שאנו רוקדין: "קרישקעס" באמערקט א שיינער פארצייטישער ריקוד נאכן לחיים ביי קידוש לבנה פון האדמו"ר מבאבוב אין קורץ באנגעלוי קאלאני ווי חסידים טאנצן ארום כמנהג ישראל תורה.

Blog Image

ענגע אסיפה לכבוד די בעפארשטייענדע מסע הקודש צו די מקומות הק' פון האד' מסאטמאר, לטובת ק"ק סאטמאר קרית יואל, אינעם זומער-היים פון הרבני הנגיד ר' ישראל חיים קרויס הי"ו סגן ראה"ק דק"ק סאטמאר קרית יואל, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק, און דער מזכיר הקהלה, הר"ר יושע אליעזר שטויבער הי"ו.

Blog Image

וביום השמינ"י ימול: רך הנימול אור-אייניקל פון די צוויי שרי התורה, פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א און הגרח"א פריינד שליט"א חבר הבד"ץ, ווערט געזען אויפן טיש פונעם גאון צו באקומען ברכת קדשו, נאכן ברית וואס איז פארגעקומען נאנט צו די שקיעה, צוליב וואס דאס קינד איז געווען זייער געל צופרי, און דער פוסק הדור שליט"א האט געוואונטשן אז דער ברית וועט נאך פארקומען בו ביום.

Blog Image

א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' שלמה זלמן סיגל ני"ו יושב ראש פונעם מבשר ואומר טעלעפאן ליניע דחסידי סקווירא ומעסקני חצה"ק סקווירא לרגל די בר מצוה פון זיין זוהן הב' חיים ני"ו.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פארן פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' אייזיק יערוסלאוויטש הי"ו פון די JDN שטאב לרגל הולדת בתו למזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00