הויפט בלאט באריכט מעמד לחיים לרגל קריאת השם פון ניי-געבוירן אייניקל ביי האד' מוויזניץ פארגעקומען אין טשעסטער ניו יארק

מעמד לחיים לרגל קריאת השם פון ניי-געבוירן אייניקל ביי האד' מוויזניץ פארגעקומען אין טשעסטער ניו יארק

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט דעם מאנטאג נאכמיטאג געלאנדעט אין ניו יארק אין בעפארברייטונג צום געהויבענעם שבת 'ושכנתי בתוכם' וואס דער רבי האט געווידמעט פאר די צעירי האברכים, אין לויף פון די וואך האט דער רבי שליט"א אויפגענומען מיט קוויטליעך די יונגעלייט איש וביתם, אין דעם רבינס אכסניא אין טשעסטער בגלילות קרית יואל.

פארלאפענעם דאנערשטאג (פנחס) אינדערפרי האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א  געדאווענט שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד בית יצחק אין טשעסטער, לכבוד די קריאת השם פון א ניי-געבוירן איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א אן אייניקל ביי בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בת הנולדה ביי זיין איידעם הרב ישכר בעריש פריעדמאן בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א. 

מען האט געדאווענט א ווארימע שחרית אויפן וויזניצער שטייגער, ביי קריאת התורה האט דער בעל שמחה עולה געוועהן און הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א איז מכובד געווארן מיט קריאת השם. דער רבי שליט"א האט עולה געוועהן לתורה און געבענטשט גומל. דערנאך האט דער רבי געמאכט א מי שברך פארן בעל שמחה און די חשובע זיידע'ס, און במיוחד פאר די געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, מאנטריאל און נאך מקומות.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית ביי איינע פון די חסידים ביי וועלכן דער רבי שליט"א איז געוועהן סנדק און געזאגט די ברכות. דאן איז דער רבי אריינגעקומען צו א שולחן לחיים לכבוד די שמחה, ווען די חסידים האבן אויפגענומען דעם רבי'ן מיט פרייליכע ריקודין.

דער רבי האט טועם געוועהן לחיים און משמיע געוועהן קורצע דברות קודש אפגעבנדיג א שבח והודאה, שטייענדיג קוים א יאהר נאך די חתונה פריידט מען זיך שוין ביי נאך א שמחה בלי עין הרע. דער רבי האט מכבד געוועהן מחותנו דער ברעזשאנער רב מיט א ניגון, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן בעל שמחה און די זיידע'ס.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00