מוצאי שב"ק פ' מטות מסעי • א' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט באזוכט אין שטאט מאנסי איז אין א שמחה’דיגער שטימונג, אפגעהאלטן געווארן א מעמד חתימת שטרות אין שטוב פונעם באקאנטן נדבן הרה"ח ר' שלום יוסף אבערלאנדער הי"ו פון די בונים ומייסדים פון די מוסדות הקדושים "צאן יוסף פאפא" אין מאנסי.
די מעמד איז געווען לכבוד די התחדשות אינעם בנין התלמוד תורה, צו איבערבויען און פארשענערן די שמחה־זאלן וואו חסידי פאפא מאנסי זאלן קענען פראווענען זייערע שמחות, וואו דער נדבן און מתחיל במצוה ר' שלום יוסף האט אפגעקויפט די זכות פונעם נייעם שמחה זאל, פארן סכום אדיר פון 250,000 דאלער, ועל שמו יקרא למשמרת, "אולמי שי".
דער רבי שליט"א האט באטראכט די סקיצע פונעם נייעם זאל, און ארויסגעברענגט בשבחו פונעם נדבן ר' שלום יוסף, וועלכער שטייט צו די האנט פון המוסדות מיום היווסדה.
דער רבי שליט"א האט דערנאך געטרינקען לחיים, פארטיילט שיריים פאר די אנוועזנדע משתתפים, און אונטערגעשריבן די שטרות, זייענדיג דערביי מאציל מברכותיו הטהורות פארן נדבן ברכה והצלחה אין אלע ענינים.