מוצאי שב"ק פ' מטות מסעי • א' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
א רירנדער "יום תפלה וזעקה לרפואת חולי ישראל" איז דעם פארלאפענעם דאנערשטאג, ער"ח אב מוקדם, אפגעהאלטן געווארן אין חצר הק' דושינסקיא, פאררופן פערזענליך דורכ'ן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, צו אויסנוצן דעם יום מסוגל מתפלל צו זיין פאר די טויזנטער חולי ישראל וואס מוטשען זיך נעבעך מיט די ביטערע מחלה ה"י וירפאם במהרה.
דער עצרת תפלה איז פאררופן געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א, וועלכער איז מציר ודואג בצרתן של ישראל, און איז פערזענליך אריינגעטאן אין פעולות עצומות צו העלפן אידישע קינדער הזקוקים לרפואה, זייענדיג נאנט פארבינדן מיט די פארצווייגטע פעולות רפואה דורך די וועלט בארימטע "רופא חולים – RCCS" ארגאניזאציע, וואס דער רבי שליט"א איז יעצט אריינגעטאן בעובי הקורה צו די רעכטע האנט פון די אפיסעס אין ארץ ישראל, און מזכה זיין דעם ציבור תושבי אר"י צו שטיצן די לעבנסוויכטיגע פעולות.
דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטערע וואכן זענען אריין בקודש פנימה די ראשי ומנהלי רופא חולים סניף ירושלים, און פארגעלייגט די גאר שווערע פינאנציעלע לאגע מיט וואס מ'ספראוועט זיך, בשעת די ליסטע פון חולי ישראל וואקסט ליידער אומגעהויער, און דער רבי האט דערביי זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו לעמוד לימינם, און געהייסן די עסקני הקהלה צו ארומגיין מעורר זיין דעם ציבור בני הקהלה צו נעמען א חלק אין די קריטישע פעולות פון הצלת חולי ישראל.
איידער'ן מעמד איז פארגעקומען אן ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א מיט א געקליבענע צאל נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים און פדיון נפש פאר רוא חולים, און דער רבי האט זיי ווארעם מאציל געווען ברכות קדשו.
דער מעמד איז פארגעקומען אינעם היכל ביהמ"ד הגדול מהרי"ץ דושינסקיא אין ירושלים, מיט'ן השתתפות פון די עדה הקודשה עדת חסידי דושינסקיא זקנים עם נערים, ווען עס טאפט זיך אין די לופט אן ערנסטע ימים נוראים'דיגע אטאמספער פון תפלת רבים צו שפאלטן די שערי שמים למען רפואתן של ישראל.
דער סדר המעמד האט זיך אנגעהויבן מיט "תפילת יום כיפור קטן" און תפלת מנחה, כמנהג דושינסקיא, און איז געווען די ערשטע מאל אין דושינסקיא אז מ'זאל זאגן יום כיפור קטן מיט'ן נוסח מיוחד ברוב עם הדרת מלך דער גאנצער ציבור צוזאמען, ווען דער רבי שליט"א איז יורד לפני התיבה, כנהוג.
דערנאך האט מען געזאגט די ספעציעלע מזמורי תהילים באשטימט דורכ'ן רבי'ן שליט"א, מתפלל זיין על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו.
דאן האט מען געהערט די פלאם פייערדיגע דברי חיזוק והתעוררות דורכ'ן מלהיב לבבות ישראל הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וואס האט אויפגעשאקלט אלע הערצער לתפלה וזעקה אז עס זאל שוין מקוים ווערן דער "והסירותי מחלה מקרבך".
דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די הארציגע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, דברים חוצבים והתעוררות איבער'ן שווערן מצב ביי כלל ישראל ווען אזויפיל אידישע קינדער ליגן על ערש דוי און וואלגערן זיך פאר יסורים נוראים פון די מחלה הידועה ה"י.
דער רבי האט ארויסגעהויבן די לעבנסוויכטיגע פעולות פון די "רופא חולים" ארגאניזאציע וואס איז קרוב אל לבו, און בשבח פונעם מייסד ומנהל הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו, און אפעלירט אז עס איז יעדנ'ס פליכט זיי צו שטיצן, און הלואי וועלן נאך קהילות זיך אנשליסן מיט ברייטע שטיצע למען חולי ישראל.
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען דער גאנצער ציבור איז דאן אריבער כבני מרון ביים רבי'ן שליט"א און איבערגעגעבן "פדיון נפש" פאר RCCS, לויט ווי ס'איז באשטימט געווארן דורכ'ן רבי'ן פאר'ן גאנצן ציבור צו שטיצן די מסירת נפש'דיגע פעולות.