פרייטאג פ' מטות מסעי • כ"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
א אייגנארטיגע שמחה איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג פנחס, אין די קערעסטירער בית המדרש אין וואודרידזש, וואס טראגט דעם הייליגן נאמען פונעם צדיק וקדוש רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווען עס איז אריינגעברענגט געווארן לבריתו של אברהם אבינו א ניי געבוירן קינד אייניקל פון דעם גרויסן צדיק, אויפן הייליגן און היסטארישן כסא של אליהו מיט וואס דער צדיק רבי ישעי'לע האט זיך באנוצט פאר לאנגע יארן.
די געשיכטע פון דעם כסא של אליהו גייט צוריק העכער צוויי הונדערט יאר, אויפן בענקל שטייט אויפגעשריבן אז עס איז ערצייגט געווארן אין יאר תקע"ו, און פאר איבער צוויי הונדערט יאר זענען טויזענטער אידישע קינדער אריינגעברענגט געווארן תחת כנפי השכינה אויף אט דעם האלצערנעם בענקל.
צווישן די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך באנוצט דערמיט, איז געווען הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע וואס איז געזעסן דערויף ביי הגבה, זייענדיג צוגאסט אין שטאט פעסט. הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע בעל אך פרי תבואה האט געדינט אלס סנדק אויף דעם בענקל, און האט עס געשאנקען במתנה פאר זיין תלמיד הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואס האט זיך באנוצט דערמיט פאר א תקופה פון ארום פופציג יאר.
נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז די בענקל פארבליבן אין אונגארן, און מיטן הילף פון חשובע גבירים און עסקנים האט מען עס ארויסגעברענגט קיין אמעריקע מיט ארום פופציג יאר צוריק. א לאנגע צייט איז די בענקל געווען אין ביהמ"ד קערעסטיר אין מיאמי, און היינט געפונט זיך עס אין מאנסי. און ווי געזאגט איז די בענקל געברענגט געווארן צום קערעסטירער בית המדרש אין וואודרידזש צום שמחת הברית פון א אייניקל ביי הרב חנני' גרויס שליט"א רב הביהמ"ד.
מיט סנדקאות איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער האט אויסגעדרוקט גרויס התרגשות צו דינען אלס סנדק אויף דעם הייליגן בענקל.