הויפט בלאט באריכט הערליכע שמחת האירוסין פון בשותפות'דיגע אייניקל ביי האדמור"ים מוויזניץ און סקווירא געפראוועט אין קרית וויזניץ

הערליכע שמחת האירוסין פון בשותפות'דיגע אייניקל ביי האדמור"ים מוויזניץ און סקווירא געפראוועט אין קרית וויזניץ

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' מטות מסעי • כ"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


בשמחה עצומה איז דעם ליל שישי געפראוועט געווארן אין קרית וויזניץ בני ברק די פרייליכע שמחה בחצר הקודש, מסיבת האירוסין פון א אייניקל ביים רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די כלה יונגסטע קינד ביי חתנו חביבו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א זון פונעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט די חתן זון פון הרב דוד גראס ראש הכולל סקווירא אין בני ברק, זון פון הגה"צ רבי אברהם משה גראס אב"ד קערעסטיר בערבעשט, און איידעם ביי הרה"צ רבי שלמה גאלדמאן זון פון הגה"צ רבי שמואל גאלדמאן מזוועהיל פון שיכון סקווירא.

טויזנטער וויזניצער חסידים זקנים עם נערים זענען געקומען צו פארן פון איבער גאנץ ארץ ישראל זיך מיטפרייען ביים שמחה אינעם רבינס הויף, מיט אינערליכע רגשי הלב אין שאטן פונעם שווערן דורכגאנג אינעם רבינ'ס מצב הבריאות, מתוך שבח והודאה להשי"ת שהיגיענו עד הלום אז דער רבי איז מפאר על ראש שמחתו.

באזונדער האבן זיך אנגעזעהן פילע חסידי סקווירא און די תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי סקווירא וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען פון נאנט און ווייט, האבנדיג די זעלטענע געלעגנהייט מיטצוהאלטן א סקווירא שמחה על אדמת ארץ הקודש, נאך דערצו שטייענדיג ביים קשרי החיתון פונעם בת זקונים ביים רבינס באליבטן זון הרה"צ ר' יצחק שליט"א.

ארום אכט אזייגער האט מען געהַאט די זכי' לקבל פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס איז אריינגעקומען פונעם מקום הנופש אין מושב אורה, לקראת שבת קודש וואס די רבי וועט פראווען במקהלות עם רב וואו זיין שטייגער די לעצטע תקופה, צו וויילן יעדע אנדערע וואך אין שיכון.

א לענגערע וויילע האט מען געזינגען ניגוני שבח והודאה, די וויזניצער קאפעליע האט מהנה געווען בשירה וזמרה, אין לויף פון די שמחה האבן זיך אנגעזעהן אדמורי"ם ורבנים חשובים וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע בעלי השמחה, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, דעעש, שומרי אמונים, טאלנא פון אשדוד, זוטשקא, די פעטערס האדמו"ר מלעלוב פון בני ברק, און הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז צוגאסט אין ארץ ישראל.

ביים ענדע פון די שמחה האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, און די רבי שליט"א איז געטאנצן מיט די חתן, און א באזונדערע ריקוד נלהב מיט חתנו חביבו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, דערנאך א רינג מיט אלע מחותנים און זיידעס, און מען איז זיך צעגאַַנגען פון דער שמחה אין א דערהויבענער שטימונג.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00