די וואך איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' חיים מאיר שנעעבאלג שליט"א אבד"ק סטרעליסק, זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א אין שכונת בית ישראל.