הויפט בלאט באריכט המשפיעים נועדו: הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א מוהל ביי שמחת הברית פון נכד הגה"צ רצ"מ זילבערבערג שליט"א

המשפיעים נועדו: הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א מוהל ביי שמחת הברית פון נכד הגה"צ רצ"מ זילבערבערג שליט"א

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


בבית מדרשו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב איז נעכטן פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל פונעם משפיע, און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א, און הגאון ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק.

בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען דעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב וועלכער איז מכובד געווארן מיט מוהלות. דער רב שליט"א האט באגריסט די זיידע'ס הרבנים במאור פניו. מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די זיידע הגאון ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק און מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.

נאכן ברית האט נאכגעפאלגט א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה ביי וועלכן מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים און דער מוהל הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט פארברענגט מיט די זיידע'ס הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א בדברי תורה. ביים ענדע האט דער רב שליט"א משמיע געוועהן א ברכת קודש אינעם מייק פארן גאנצן ציבור און פארלאזט די שמחה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00