הויפט בלאט באריכט יהדות לאנדאן אויפגעשטורעמט צו ראטעווען ילדי לב טהור; כינוס "ויצעקו" פארגעקומען זונטאג אין זאל פון יסודי התורה

יהדות לאנדאן אויפגעשטורעמט צו ראטעווען ילדי לב טהור; כינוס "ויצעקו" פארגעקומען זונטאג אין זאל פון יסודי התורה

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דודי בראון


די לעצטע פאר וואכן איז דער געשפרעך פון טאג ביים חרדישן ציבור בעיר הבירה לאנדאן: גואטאמאלא, לב טהור, פליטים ועוד, זיך גרייטנדיג צום מעמד אדיר "ויצעקו", על פי קריאת גדולי הרבנים למען הצלת ילדי לב טהור פון גוואטאמאלא.

מיט חדשים צוריק איז אפגעהאלטן געווארן א אסיפת הרבנים וגדולי העדות בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ווי עס האט איבערגעגעבן עדותו הנאמנה דער סאטמארער דיין הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א פון אנטווערפען בעל ויען דוד, וועלכער איז פערזענליך אראפגעפארן אהין, און געזעהן פון דער נאנט, דער דיין שליט"א האט באלד איבערגעגעבן א פרעס רעליס וואס איז געהערט געווארן בכל קצוי תבל, ווי ער רופט יעדן איד צו טוהן כל מיני פעולות צו צוברעכן דעם כת וואס באגייט עוולות לאין שיעור, הן קעגן דת התורה והן קעגן מענטשהייט אלעס מיטן שלייער פון אידישקייט.

דער סאטמאר-אנטווערפענער דיין שליט"א האט זיך געוואנדען מיט העכער א חודש צוריק קיין לאנדאן, ווי עס איז אויפגעשטעלט געווארן א וועד ההצלה, אזוי אויך איז אפגעשטאט געווארן א פערזענליכער באזוך בלשכת הבד"ץ פון די התאחדות קהילת החרדים, ווי עס זענען אנוועזענד געווען דער סגן גאב"ד הגה"צ רבי שלום פרידמאן שליט"א, דער ראב"ד הגאון רבי אהרן דוד דוננער שליט"א, דער ראש הדיינים ונשיא, הגה"צ רבי יוסף פאדווא שליט"א, און די איבריגע חבירי הבד"ץ שליט"א, דער סאטמארער דיין שליט"א האט אויפגעטרעטן, נאכער אפאר עסקנים, דאס בית דין האט דורגעטוהן דעם ענין בכובד ראש, און עס איז ארויס א מכתב פון גאנצן ביד"צ צוגעלייגט צו א מכתב וואס איז געווען גע'חתמ'ט דורך הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה גבוה בלעיקוואד, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און הגאון רבי מיכל שטיימעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק.

מיטוואך פ' בלק איז אפגעהאלטן געווארן א אסיפת העסקנים אין א זאל אין שטאט ווי עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרוב צו 200 עסקנים פון אלע קהילות פון שטאט, וואו מען האט באשטימט דער מעמד אויף זונטאג פ' מטות מסעי אין די גיגאנטישער זאל פון די יסודי התורה.

שב"ק פ' פינחס האבן די רבנים פון שטאט גערעדט בבתי מדרשיהם, איינער ביי שלש סעודות א צווייטער ביי פרקי אבות, רופנדיג דעם ציבור צום מעמד אויף זונטאג.

דער זאל פון די יסודי התורה איז געווארן אויסגעלייגט מיט קרוב צו 1500 בענקלעך, א אויבן אן אויף די גאנצע לענג פון זאל, אויך איז דער גאנצע ריזיגער חצר געווארן אפגעשפארט פון פארקער אז מ'זאל דארט קענען מיטהאלטן.

באלד נאך פתיחת השערים האט זיך דער זאל גאנץ שנעל אנגעפילט, עס האט איינגעלייטעט דעם אווענט דער יושב ראש הרה"ח מו"ה אברהם יעקב לאנדא ני"ו חבר וועד ההצלה, וועלכער האט אויפגענומען דעם ציבור און בקצירת האומר ארויסגעברענגט די מטרת העצרת נאכדעם ווען א חלק פון כלל ישראל געפינט זיך אין א קלעם נאכדעם וואס אידישע קינדער ווערן געפייניגט ל"ע וכדומה.

דערנאך איז אויפגערופן געווארן הרה"ג רבי אפרים סאנדער שליט"א משגיח רוחני בישיבת באבוב-45 וועלכער האט אויפגעטרעטן אלס פותח האסיפה, שילדערענדיג וואס עס ליגט אויפן סדר היום, און די סכומים אדירים וואס דארפן געשאפן ווערן צו קענען פלאצירן די משפחות און זייערע קינדער, די הוצאות פון שכר לימוד, טעראפי און דאס גלייכן.

דער ציבור האט ביראת הכבוד אויפגענומען דעם סגן גאב"ד דמתא, הגאון הצדיק רבי שלום פרידמאן שליט"א, וועלכער האט באלד אויפגעטרעטן מיט א דרשה, און דאן פארגעזאגט אפאר קאפיטלעך תהילים, מיט די תפילה פון אחינו בית ישראל, און קבלת עול מלכות שמים.

דערנאך איז אויפגערופן געווארן א חבר וועד ההצלה הרה"ג רבי מאיר ראטפעלד שליט"א מרביץ תורה בביהמ"ד באבוב, וועלכער האט ארום גערעדט די ציפערן וואס מ'געברויכט זיך צו קענען ראטעווען אט די קינדער.

דאן האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש וועד ההצלה און רוח החיים פון דעם גאנצן אונטערנעמונג, הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר-אנטווערפען, וועלכער האט דערציילט וואס ער האט דארט צוגעזעהן, אין גוואטאמאלא.

דערנאך האט גענימען דאס ווארט דער עסקן המפורסם הרה"ח ר' אברהם גרינהוט הי"ו וואס איז דעמאלט אנגעקומען פון עירפארט קומענדיג ממש אצינד פון ניו יארק.

ר' אברהם ני"ו איז אויפגעטרעטן און דערציילט זיין שייכות צו גואטאמאלא ווי ער פארט שוין קרוב צו זיבן יאר, און דעם לעצטן האלבן יאר, ממש מדי שבוע בשבוע, דער יושב ראש המעמד האט אים אויסגעפרעגט ווי אזוי דאס האט זיך אנגעהויבן, ר' אברהם האט אלעס איבערגעגעבן, ווען דער פיל קעפיגער עולם געשאצט קרוב צו 4000 נפשות וואס האט אנגעפילט דעם זאל און ארום האבן זיך אויסגעהערט מיט גרויס ערנסטקייט.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמעון ישראל פאזען הי"ו, וועלכער איז אויך אריינגעדרייט געווארן אין די עסקנות דורך א ביטע זיי צו שיקן עסן וכדומה.

טראץ דעם וואס עס איז שוין געווען אחר חצות הלילה, האט זיך דער פיל קעפיגער ציבור איינגעהערט צו די דראמאטישע ערציילונגען וואס איז געזאגט געווארן געשטיקט מיט טרערן, ר' שמעון ישראל ני"ו האט זיך געמוזט עטליכע מאל אפשטעלן נישט קענענדיג ווייטער רעדן.

קרוב צו 40 עסקנים זענען געזעצן ביי די טישלעך און גענומען געלט, די הארציגע נדבות פון לונדונער אידענטום, און ווי מ'געט איבער איז די אקציע פון די נאכט אריבער מיט א גרויס סוקסעס און די קאמפיין וועט זיך ציען ביז סוף וואך בעז"ה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00