מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
פארלאפענעם וואך זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי און באשיינט די חומש סעודה פון די ילדי תלמוד תורה באבוב 45 אין מאנסי. מען האט מקבל געווען פני הקודש בשירה וזמרה, און די רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע אדמורי"ם ורבנים אויפן אויבן אן, צווישן זיי האדמורי"ם מפארשעי, לויעוו טשערנאביל פארשעי, דזיקוב, נצח מנחם ספינקא, אב"ד גראסווארדיין, גאב"ד טאהש מאנסי, אב"ד טעמשוואר, אב"ד מאגרוב, און נאך.
צום ערשט האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א און זיין איידעם הגה"צ ר' הערשל ראבינאוויטש אבד"ק באבוב 45 מאנסי משמיע צו זיין דברי תורה זייענדיג זיידעס ביי די חומש סעודה. דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי המקרא כנהוג און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש. צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע תלמידים דורך ביים רבי'ן שליט"א באקומען פירות, הגה"צ אב"ק באבוב-45 האט פארטיילט חומשים, און אלע עלטערן זענען דורך ביים רבי'ן וואונטשן לחיים.