פילע אידן אין ירושלים האבן דעם לעצט פארלאפענעם שב"ק מיטגעהאלטן די תפילות און טישן בצל כ"ק אדמו"ר מבלאזוב-ריבאטיטש שליט"א וועלכער איז געווען צוגאסט אויף שבת קודש אין ירושלים עיה"ק, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצוק"ל וואס איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת קודש. די תפילות און טישן זענען געפראוועט געווארן אין היכל ישיבה קטנה באיאן אויף רחוב פרי חדש אין ירושלים עיה"ק.