פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען אין בני ברק די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול שבט הלוי אין די זכרון מאיר געגענט, נדבת משפחת פרוכטער הנכבדה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, וועלכער האט באגלייט די תהלוכה, אפגעראכטן די הקפות אין ביהמ"ד און דערנאך מעריך געוועהן א שולחן לחיים לכבוד המאורע.