הויפט בלאט באריכט הונדערטער סאטמארער סוחרים האלטן מיט געלונגענעם ״זה מזה ביזנעס עקספאו״ צום 4'טע יאהר נאכאנאנד

הונדערטער סאטמארער סוחרים האלטן מיט געלונגענעם ״זה מזה ביזנעס עקספאו״ צום 4'טע יאהר נאכאנאנד

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט אחים לענטשעווסקי – אברמי בלום


טויזנטער סאטמארער ביזנעסלייט און סוחרים האבן נעכטן דאנערשטאג מיטגעהאלטן דעם העכסט געלונגענעם ״זה מזה ביזנעס עקספּאו״ וואס האט צונויפגעברענגט העכער 300 עקזיביטערס און טויזנטער באזוכער סאטמארע חסידים אין עמך אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק.

עס איז היי-יאר געווען די פערדע יאר נאכאנאנד פון דעם מאסיווע סאטמארער יריד וואס נעמט צונויף אונטער איין דאך די טויזנטער סוחרים, ביזנעס אייגנטומער און קליענטן צוגלייך, וואס קומען מאכן ביזנעס צווישן זיך און הייבן די היימישע לאקאלע עקאנאמיע, זייענדיג מקיים דעם "וחי אחיך עמך" אויפ'ן שענסטן פארנעם.

די עקספאו איז צום פרעדן יאר נאכאנאנד אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן ניו זשערסי קאנווענשאן סענטער אין עדיסאן ניו דזשורזי, אָרגאניזירט אין צוזאמארבעט פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און התאחדות אברכים וועלכע האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים צו רעפּרעזענטירן אין צו פארברייטערן זייער ביזנעסער.

אין לויף פונעם טאג זענען אפגעהאלטן געווארן פארשידענער דרשות אין לעקציעס מיט ווערדפולע אין תוכנדיגע אינפארמאציע וואס קען צונוץ קומען אינעם טאג טעגליכן לעבן אינעם עולם המסחר, ווי אויך האבן זיך געשטעלט מניני שחרית אין מנחה אין עס איז סערווירט געווארן א רחבות'דיגע נאכטמאל פארן ברייטן ציבור.

באזונדער האט מען אינטערעסע אויסגעהערט די גאר באלערנדע פאנעל מיטן נאמען "א פילאנטראפישע בליק אויף מסחר און צדקה" פּרעזענטירט דורך די וועלט בארימטע היימישע ריעל עסטעיט מאגנאטן שרי הצדקה ותומכי תורה: הנגידים ר' ראובן וואלף און ר' רפאל הערצקא וועלכער האט ברייט אויפגעוויקלט דעם נושא פון מסחר און צדקה, און דעם ריכטיגן בליק וואס אן ערליכער איד האט ביים ארויסגיין אויף פרנסה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00