דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
אינעם ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק איז אין די יעצטיגער זומער וואכן אונטערגענימען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקא אויסצוברייטערן די גבולי הטהרה ווען עס ווערט פילפאכיג פארברייטערט און פארדאפלט די מקוה וואס שטייט צום דינסט פאר די טויזנטער חסידים און באי בית המדרש.
די מקוה איז געבויעט געווארן מיט צענדליגע יארן צוריק בימי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "דברי שלמה" מבאבוב זי"ע און איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן איר געברויך, עס האט זיך זאפארט אויסגעפעלט א פארברייטערונג, סיי אין די וואכן טעג און בפרט ביומא דפגרא ווען עס קומט א גרעסערע עולם.
נישט לאנג צוריק האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אריינגערופן די עסקנים און זיי באאויפטראגט גענצליך צו רענאווירן און פארברייטערן די מקוה אז עס זאל שוין זיין גרייט אויף די קומענדיגע ימים הנוראים תשפ"ו הבעל"ט, כדי צו קענען באדינען דעם ציבור הרחב אויף די קומענדיגע עטליכע יאר ביז מען וועט בעזר השם גענצליך איבערבויען דעם בנין ביהמ"ד הגדול באבוב.
היי יאר נאך וואס די תלמוד תורה האט זיך ארויסגעצויגן פונעם בנין ביהמ"ד הישן האט מען זיך גענומען צום פראיעקט אויפצובויען די נייע חלק פון די מקוה, וואס וועט אויסגעברייטערט ווערן לענגאויס די גאנצע אונטערשטע שטאק פון ביהמ"ד וואס וועט דראסטיש פארטריפלען דעם עקזיסטירנדן מקוה מיט פרישע בורות הטבילה, שאוערס, בתי כבוד וכדמוה.
און די פארגאנגענע וואכן איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געקומען זיך אומקוקן ביי די בוי ארבעט און ווארעם אנגעואונטשן די עסקנים. באזונדער איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד יציקת הבורות בראשות הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א און די סגני הדיינים ווי עס האט זיך אויך משתתף געוועהן הרה"ג ר' איטשע טריגער שליט"א בארימטער מומחה בעניני מקוואות.
די ארבעט גייט אן מיטן פולסטן אומפעט דורכאויס די זומער מיטן האפענונג צו זיין גרייט על מכונו אויף דעם קומענדיגן ירח האיתנים הבעל"ט.