הויפט בלאט באריכט קרית יואל: האד' מסקולען באזוכט במעון קדשו פון האד' מסאטמאר

קרית יואל: האד' מסקולען באזוכט במעון קדשו פון האד' מסאטמאר

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם וואך בעת די זמני כניסה ביי כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א בביתו נאווה קודש אין קרית יואל איז אנגעקומען אויף א באזוך כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א וואס האט ווי באריכטעט פארלאפענעם וואך באזוכט אין דער שטאט קרית יואל וואו דער רבי האט אפגעראכטן א סעודת ראש חודש בקרב חסידיו ומעריציו, די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל – אב"ד טעטש, דער שווער פונעם פריעדיגן סקולענער רבי'ן בעל ישועת יעקב, און איבער די תקופה וואס הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע האט משמש געוועהן ברבנות אין דער שטאט טעטש, דער סאטמארער רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו למען יאריל ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל, און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00