מאנטאג פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי, JDN
א פראכטפולע און עלעגאנטע שמחת השבע ברכות און נעילת ימי השמחה איז אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש פאפא, ווען די גרעסערע נדיבים און תומכי המוסדות הקדושים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן אינאיינעם מיטן רבי'ן כשהשמחה במעונו, און מסיב געווען בשבת אחים גם יחד ביי גאר א רייכע שבע ברכות בשמחתו הגדולה.
די שבע ברכות איז געווען אן ערשטמאליגע געשעהניש בקורות ימי פאפא ווען די רבי שליט"א האט באוויליגט צו ווידמען א ספעציעלע שבע ברכות פאר די חשובע נדיבי עם קודש וואס זענען נושא בעול המוסדות הקדושים וואס ליגט אויפ'ן רבינ'ס פלייצעס, די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע ברידזש 26 זאל אין דאונטאון ברוקלין, וואו די גאנצע מעמד איז געווען גאר רייך צוגעגרייט באגלייט מיט בארימטע בעלי מנגנים וואס האבן מהנה געווען בשירה וזמרה.
דער יושב ראש ביים מעמד איז געווען דער בארימטער משמח אלקים ואנשים ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן, צוערשט איז אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכע פאנעל מיט די משמחים אלוקים ואנשים ר' ישראל שטערן און ר' אברהם מרדכי מלאך, דאן האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פונעם רבי'ן, וועלכער האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה.
דער יושב ראש האט אויפגערופן דער מנהל המוסדות הרב יואל פריעדמאן שליט"א אויפצוטרעטן לכבוד הנאספים, און מען האט געזינגען פרייליכע ניגונים. מען האט געבענטשט מבעוד יום, וואו דעם רבינס זון די מחותן הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד דומ"ץ פאפא האט געבענטשט על הכוס, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן דעם רבינס קינדער, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די ראש הקהל הרב יחיאל מיכל אבערלענדער שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, בשבח פון די פארזאמלטע נגידים ותומכים, וואס לאזן זיך קאסטן פאר די מוסדות הקדושים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב אברהם מרדכי מלאך משולב מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן.
דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד השמחה הרוממה, די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און דערנאך מכבד געווען די חשובע תומכים צו טאנצן מיטן חתן, דאן איז די רבי געטאנצן א באזונדערע ריקוד מיטן חתן אינאיינעם מיט מנהל המוסדות הרב יואל פריעדמאן.
צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע תומכים דורך אל מול פני הקודש, און די רבי האט פארטיילט וויין משיירי כוס של ברכה פון הרה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל פון א שמחת שבע ברכות.