פארלאפענעם וואך מאנטאג פ' בלק האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א געלייגט תפילין פאר נכדו הבחור הבר מצווה א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א, שפעטער אויפדערנאכט איז פארגעקומען די סעודת הבר מצווה מיט די בני המשפחה וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און בתוך דבריו ארומגערעט בעניני תפילין במשנתו הטהורה פונעם בעל הילולא הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשובער זי"ע וועמענס הילולא איז אויסגעפאלן בו ביום י"א תמוז, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ רבי שמעיה לעוו נשיא מוסדות תפארת אליעזר משמיע צו זיין דברי תורה.