מאנטאג פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שאט די דאט
מיט א רגש של שמחה האבן תושבי קריה נאמנה קרית ייטב לב אין בלומינבערג מיטגעהאלטן פארגאנגענעם וואך דעם פרייליכן מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול בית יהושע דקהל ייטב לב דסאטמאר, נדבת הרבני הנגיד רבי צבי אריה שטערן הי"ו מחשובי תושבי העיר ומגדולי תומכי המוסדות.
די מאורע איז מיטגעהאלטן געווארן דורך כל קהלא קדישא תושבי העיר, רבנים, דיינים, כלי קודש, בעלי בתים, אברכים, בחורים און ילדי חמד, אין שפיץ פון די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
עס האט זיך אנגעהויבן מיטן מעמד סיום כתיבת האותיות ביי וועלכן עס זענען מכובד געווארן אריינצושרייבן אותיות די חשובי העדה און דעם רבינס קידער הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א וועם דער רב האט ממנה געוועהן צו שטיין בראש המוסדות אין קרית ייטב לב. דאן האט מען מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט דערביי אריינגעשריבן אותיות, און דערנאך מכבד געווען דער נדבן אריינצושרייבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה. דער רבי האט דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט, דער נדבן איז געגאנגען גלילה, און נאכן גולל זיין דעם ספר תורה האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר מיט גרויס התרגשות, דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעפירט דעם ספר תורה לרחובה של עיר בשירה וזמרה, ווי די ריקודין האבן פארגעזעצט ברחובות קריה במעמד כל הקהל, זקנים עם נערים וועלכע זענען געטאנצן אויף די גאסן בבגדי שבת זיך מיטפרייענדיג בשמחת התורה.
די רבי האט דאן אריינגעפירט די ספר תורה אינעם היכל הבית מדרש און אפגעראכטן די הקפות מיט די נייע ספר תורה אינאיינעם מיטן נדבן, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה וואס איז געווען צוגעגרייט אויף א פראכטפולע פארנעם, ביי וועלכן מען האט געהערט דרשות פונעם חשובן נדבן, און פון הרה"צ רבי אהרן שליט"א דעם רבינס זון העומד בראש הקהילה והמוסדות, און צום לעצט די דברות קודש דורכן רבי'ן שליט"א.
צום קלימאקס פונעם מעמד האט דער רבי שליט"א אונטערגעשריבן אינאיינעם מיט די נדבן אויף א שטר שותפות, ווען דער חשובע נדבן – חתן התורה האט מחיל אל חיל אפגעקויפט דער זכות שם היכל ביהמ"ד הגדול וואס ווערט גערופן ווערן על שמו, לכבוד זיין פאנטאסטישע ביישטייערונג פון 700 טויזנט דאללער פאר א נייעם פליגל אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען נאכקומען די בליה און וואוקס פון די תושבי העיר לשם ולתהלה, די רבי האט דערביי מודיע געווען בשעת בת רבים די געוואלדיגע אונטערנעמונג און מאציל געווען ברכות קדשו פארן חשובן נדבן, נאך די דברות קודש האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיטן חשובן נדיב וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.