כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכער האט געוויילט שבת אין דזשעקסאן ניו דזשערזי אויף אפרוה, איז נעכטן מוצאי שבת הארט נאכן זמן אנגעקומען צום סקולענער ביהמ"ד אין לעיקוואד וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן שלש סעודות בצילו פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א.
די רבי שליט"א איז אנגעקומען בשעתן תורה, די פעטער די סקולענער רבי פון לעיקוואד האט געזעצט דעם רבי'ן נעבן זיך, און נאך שלש סעודות האט די רבי געדאווענט מעריב פארן עמוד זייענדיג אין יאהר. נאך מעריב האט די סקולענער רבי פון לעיקוואד געמאכט הבדלה און דערביי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט הגבהת הכוס, נאך הבדלה האבן די זיך אדמורי"ם שליט"א געזעגענט ברוב ברכות.