כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין לאנדאן לכבוד די חתונה פון אן אייניקל האט דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך במעונו פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער ראש ישיבת הרמה לאנדאן וואו עס איז דערביי געשאפן געווארן א הערליכע שמועס ביי וועלכן דער רבי האט אויסגעפרעגט דעם ראש הישיבה איבער זיינע זכרונות פון די גאונים וצדיקים הקודמים ביי וועם ער האט זוכה געוועהן זיך מסתופף צו זיין בצילם; הרה"ק מבעלזא זי"ע, דער חזון איש, דער בריסקער רב און נאך. נאכן באזוך וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט האט זיך דער רבי געזעגענט מיטן ראש הישיבה בברכות לרוב.