זונטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין מאד – אונגארן אויף אפרוה האט דעם שבת געוויילט אינעם דענעבנדיגער שטאט קערעסטיר וואו די רבי שליט"א האט אפגעראכטן אלע תפילות און טישן דורכאויס שבת בזעיר אנפין אינעם הייליגן הויז פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע מיט א ענגע צאל מקורבים און חסידים פון די אייראפעישער שטעט.
ערב שבת נאכמיטאג איז דער ארויף צום ציון הק', ביים אנקומען האבן די ראשי הכנסת אורחים אין קערעסטיר מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א אנצוצינדן דעם נר תמיד אויפן ציון הק', די רבי שליט"א האט מתפלל געוועהן אינעם כהנים שטיבל וואו מען האט געזאגט ספר רביעי אין תהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון בהתעוררות רב. נאכן עליה לציון איז דער רבי צוגעפארן צום אכסניא הארט נעבן ר' ישעי'לעס הויז וואו ער האט זיך געגרייט צו שבת קודש.
דורכאויס גאנץ שבת האט דער רבי מכבד געוועהן די אורחים וועלכע זענען געוועהן צוגאסט אין רבי ישעיל'עס הויז אין קערעסטיר הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, הרה‘‘ג רבי יואל עהרנרייך שליט‘‘א אב‘‘ד מאד, און הרבני הנגיד ר‘ אברהם רידער הי׳׳ו מגדולי תומכי קערעסטיר.
מוצאי שבת האט דער רבי געמאכט הבדלה און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה אין רבי ישעי'לעס מלווה מלכה שטוב, וואו דער רבי האט פארברענגט מיט די אנוועזנדע און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צדיק ר' ישעי'לע און נאך צדיקים וועמענס יארצייטן עס געפאלט די וואך.