דאנערשטאג פ' בלק • י"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
ברגשי שמחה והתעלות האבן הונדערטער חסידים מיטגעהאלטן נעכטן די געהויבענער רבישע חתונה אין די הויפן פון תולדות אברהם יצחק – ספינקא מאנסי – זידיטשוב וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל אין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א פון בני ברק, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' דוד צבי שנעעבאלג שליט"א איידעם ביי הרה"ג ר' יודא יאקאב זצ"ל גאב"ד ראשון לציון.
די שמחה האט זיך אנגעהויבן ביים התעוררות'דיגן מעמד קבלת פנים, וואו עס איז געהערט געווארן דברי חרוזין לעורר הלבבות. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די פעטער הרה"ג ר' אשר זעליג אשרי שליט"א רב דביהמ"ד בית ישכר בעריש ד'רידזש אין מאנסי.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער מצד החתן הגה"צ רבי אהרן קאהן ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א, ברכה אחריתא די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
נאכן חופה האט דער ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה, און דערנאך זענען פארגעקומען ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה, אום 11:30 האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לקול תרועת הזמר בשמחה וצהלה, און די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין קדישין מיט די חתן, און געוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש.
דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, סאסוב, פיטסבורג, שבט הלוי, קאזניץ, אנטניא, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, אב"ד וויזניץ אלעד, און די פעטער הגה"צ רבי וועלוול ארנסטר אב"ד מאור חיים.
נאך ברכת המזון האט מען צוגעטראטן צום רעווא דרעווין די געהויבענער מעמד המצווה טאנץ, בדחנא דמלכא ר' ברוך מרדכי פרענקל הי"ו האט געגראמט און אויסגערופן דעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכער האט כדרכו בקודש געטאנצן א לענגערע וויילע בשלהבת אש קודש מיט איבערמידליכע כוחות. דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב, דער מחותן כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי, און דער אבי הכלה, עס איז געווען ארום דריי דרייסיג ביינאכט ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.