הויפט בלאט באריכט הונדערטער חסידי צאנז ביי לוי' פון הרה"ח המפו' ר' אייזיק מאיר זאלמנאוויטש ז"ל משב"ק האד' מצאנז

הונדערטער חסידי צאנז ביי לוי' פון הרה"ח המפו' ר' אייזיק מאיר זאלמנאוויטש ז"ל משב"ק האד' מצאנז

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


מיט פארווייטאגטע געפילן האבן פילע גוטע פריינד, הונדערטער חסידי צאנז, באקאנטע און בני משפחה, באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הרב החסיד המפואר ר' יצחק אייזיק מאיר זאלמנאוויטש ז"ל, וועלכער האט זוכה געווען צו זיין משמש בקודש איבער פערציג יאהר ביי יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און האט אויסגעהויכט זיין טייערע נשמה אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר, נאך א שווערע קראנקהייט מיט וואס ער האט זיך געמוטשעט די לעצטערע יארן ל"ע, לדאבון לב חסידי צאנז וכל יודעיו ומכיריו.

די לוי' איז ארויס אין די מיטאג שעה'ן פארנט פון ביהמ"ד אוהל נחמיה אין קרית צאנז נתניה, ווי הונדערטער חסידים האבן זיך שווער געזעגנט פונעם חשובן נפטר, בראש המלווים האט באגלייט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט דברי הספד זייענדיג מקדים אז כאטש די נפטר האט געבעטן מזאל איהם נישט מספיד זיין, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און די רבי האט בקול נהי ומספד ארויסגעברענגט די אייגנארטיגע ליבשאפט וואס דער נפטר האט גענאסן ביי אביו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און זיין געוואלדיגע לב טוב און איבערגעגעבנקייט לכל דורש ומבקש.

דערנאך האבן מספיד געווען די שוואגער פונעם נפטר הגאון הגדול רבי אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה, און זיין איידעם הרה"ג ר' הערש מיילעך הורוויץ רב ביהמ"ד צאנז אין כפר גנים פתח תקווה, דערנאך האט די רבי שליט"א אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים באגלייט די מיטה צום ריכטונג פונעם בית החיים ותיקין אין נתניה, ווי דער רבי האט אין א זעלטענעם ערשיינונג מיטגעהאלטן די גאנצע לויה מבואו ועד צאתו ביז נאכ'ן סתימת הגולל, ווי די נפטר איז געקומען למנוחת עולמים אויפן בית החיים אין נתניה סמוך ונראה צום אוהל הק' פון רבו הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע. אויפן בית העלמין האבן מספיד געווען גיסו הרה"ג ר' בן ציון ראבינאוויטש מראשי ישיבת ראחמיסטריווקא, און בנו הרה"ג ר' דוד זאלמנאוויטש מראשי ישיבת היכל התורה אין קרית צאנז, נאך די קבורה האט די רבי שליט"א מנחם געווען די אבלים צווישן די שורות כנהוג.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00