זונטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
אלפי חסידי וויזניץ זענען איינגעהילט אין א פייערדיגן ברען מיט בלויז געציילטע שעהן פארבליבן, צום מעמד אדיר "סיום מסכת ברכות והתחלת סדר מועד" וואס ווערט געלערנט אין ראַַם פון די בארימטע חבורת הלימוד "מאמר מרדכי" און וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פּאר והדר, בראשות כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א פון די וויזשניצער קהלות אומעטום.
ווי באריכטעט וועט דער מעמד הסיום פארקומען אין די קאנטרי אין דער פראכטפולער זאל "עטרת ווערטהיימער" וואס וועט זיין גענצליך געעפענט מיט אלע זאלן, מיט גענוג פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור פון טויזנטער חסידים וואס זענען דערווארטעט צום פייערליכער מעמד.
מטעם די עסקני המעמד איז געלאזט געווארן אין שוואונג די מאסיווע פארצווייטגטע "טראנספארטאציע" אפאראט, ווען עס וועלן ארויספארן באסעס פון אלע שטעט און די קאנטרי'ס, כולם נקבצו באו מחזק צו זיין דעם עמוד התורה אויף וואס דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצוק"ל האט פארלייגט אזעלכע שטאַַרקע כחות.
אין די יעצטיגער טעג איז ערשינען א פאראייניגטע מכתב קודש דורך אלע ברודער האדמור"ים שליט"א אין בעפארברייטונג צו דעם יומא טבא לרבנן, וואו זיי טוען מחזק זיין דעם קול התורה נשמע אין אַַלע וויזשניצער בתי מדרשים, וואו דער ציבור האַַלט כסדר מיט די סדרי הלימודים פון די חבורה מאמר מרדכי און לאדענען פערזענליך די אלע לומדי ומחזיקי החבורה אנטייל צו נעמען אין דעם מעמד נשגב. ווי אויך רופן זיי די חסידים וואס זענען נאכנישט אנגעשלאסן אין מאמר מרדכי, צו זיין א חלק אין די חבורה על שמו ולזכרו, דערמיט צו מאכן א זכר לדרכו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל אין דעם יעצטיגן זמן גרמא ווען מען האט זוכה געווען מסיים צו זיין די ערשטע מסכת אין ש"ס, מסכת ברכות, און אין די טעג הייבט מען אן צו לערנען די קומענדיגע מסכת, מסכת שבת פון סדר מועד.
אין אלע וויזניצער הויפן האבן די ברודער האדמור"ים שליט"א ארומגערעט די וואך שבת כהכנה דרבה צום מעמד און ארויסגעברענגט די תועלת און חשיבות פון יעדן אנטייל צו נעמען לכבודה של תורה.
די מעמד אנטשפרעכט צו זיין א היסטארישע מאורע בקורות בית וויזניץ און א פרעכטיגע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה. די דרשת נואם הכבוד וועט געהערט ווערן דורך כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א און מיט משא המעמד וועט אויפטרעטן כ"ק האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א. ביים מעמד וועט מען באערן די עמודי החבורה די תומכים ומחזיקים, און מען וועט גלייכצייטיג זיך דערקוויקן מיט רייכע פרקי שירה וזמרה.
 
 
