דעם דינסטאג ערב ראש חודש איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעקומען צום עיר האבות חברון וואו דער רבי האט געדאוונט מנחה ביים מערת המכפלה. דער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן אריבער דריי שעה און עוסק געוועהן בעבודת קדשו בלימוד התורה און אמירת תהילים בהשתפכות הנפש.