הויפט בלאט באריכט האד' ממבקשי אמונה אויף שבת אין בית שמש אפצוצייכענען יום ההודאה נאכן צוזאמפאלן צוויי יאר צוריק וויילנדיג שבת אין שטאט

האד' ממבקשי אמונה אויף שבת אין בית שמש אפצוצייכענען יום ההודאה נאכן צוזאמפאלן צוויי יאר צוריק וויילנדיג שבת אין שטאט

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


הונדערטער אידן אין רמה ג' געגענט אין שטאָָט בית שמש האָָבן דעם פאַַרלאָָפענעם שב"ק מיטגעהאַַלטן די פייערדיגע תפילות און טישן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א, וועלכער איז נעתר געווארן לבקשתם פון די איינוואוינער אין שטעטל, און איז געקומען מלהיב זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים.

דער רבי שליט"א איז ספּעציעל אָָנגעקומען אין שטאָָט אָָפּצוצייכענען דעם "יום ההודאה" דערנאָָך וואָָס מיט צוויי יאָָר צוריק, אינמיטן פּראַַווען דעם שולחן הטהור פרייטאָָג צונאַַכטס אום שב"ק פּרשת חוקת אין ביהמ"ד "יחל ישראל" אין שטאָָט בית שמש, איז ער צוזאַַמגעפאַַלן און איז אַַריינגעפירט געוואָָרן אין שפּיטאָָל, וואו זיין לעבן איז געראַַטעוועט געוואָָרן אין די לעצטע מינוטן, מיט גרויס חסדי שמים.

דער רבי שליט"א איז אין די לעצטע יאָָרן באַַוואוסט געוואָָרן אין ארץ ישראל אַַלס אַַ איד וואָָס איז מפקיר כל כולו פאַַר אידנ'ס וועגן, און פאָָרט אַַרום אין פילע שטעטלעך און דערפער איבער'ן גאַַנצן לאַַנד אויפצופלאַַקערן אידישע נשמות לאביהם שבשמים, און אַַריינצוברענגען אין זיי אַַ חיות דקדושה, כדרך אבוה"ק נבג"מ.

פרייטאָָג ערש"ק, אָָנקומענדיג אין שטאָָט בית שמש, איז דער רבי שליט"א אַַרויפגעקומען צו מעון קדשו פונעם פּוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א, וועלכער האָָט געוויילט אין שטאָָט בקרב תלמידיו אין היכל ישיבתו הקדושה. דער רבי שליט"א האָָט אַַרומגערעדט מיט'ן גאון שליט"א איבער'ן ביטערן "גזירת הגיוס" וואָָס שוועבט אויף אידן אין ארה"ק, ווען ביים ענדע האָָט דער פוסק הדור שליט"א אָָנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א אַַז ער זאָָל קענען ווייטער אויפטוהן פאַַר כלל ישראל בגודל עבודתו.

די תפילות פרייטאָָג צונאַַכטס האָָט דער רבי שליט"א געדאַַוונט אין ביהמ"ד "תפארת יעקב" אין שטאָָט, ווען בעפאָָר דעם האָָט ער אויפגעטראָָטן מיט אַַ דרשת חיזוק, און שבת אינדערפרי האָָט דער רבי שליט"א געדאַַוונט אין ביהמ"ד הגדול בית יוסף צבי דושינסקיא אין שטאָָט. אַַזוי אויך האָָט ער אויפגעטראָָטן מיט אַַ דרשה אין די צענטראַַלע ליטווישע בית הכנסת "היכל התורה". ביים טיש פרייטאָָג צונאַַכטס און ביי סעודת רעווא דרעווין וואָָס איז געפּראַַוועט געוואָָרן אין ביהמ"ד "אמרי חיים" וויזניץ, האָָבן אַַנטיילגענומען הונדערטער אידן פון אַַלע שיכטן און קרייזן, און האָָבן זיך אָָנגעוואַַרעמט לאורו און נתעורר געוואָָרן פון די פילע דרשות און דברי חיזוק מיט גרויס התעוררות. מוצאי שבת האָָט דער רבי שליט"א מפאר געווען די סעודת "מלוה מלכה" וואו עס האָָבן אויך אַַנטיילגענומען פילע רבנים שליט"א פון שטאָָט, און דער רבי שליט"א האָָט אויפגעטראָָטן מיט דברי תורה וחיזוק.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00