הויפט בלאט באריכט וומסב"ג: תלמידי ישיבה קטנה באבוב-45 בראשות הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א זענען עולה אויף היסטארישן צאנזער ספר

וומסב"ג: תלמידי ישיבה קטנה באבוב-45 בראשות הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א זענען עולה אויף היסטארישן צאנזער ספר

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך האבן די בחורי חמד תלמידי ישיבה קטנה באבוב 45 אין בארא פארק מיטגעהאלטן א געהויבענעם טאג אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע אויף 500 בעדפארד עוו. אין וויליאמסבורג וואו מען האט די זכיה געהאט עולה צו זיין אויפן הייליגן ספר תורה פונעם ראש שושילתא קדישא דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע.

ארויסצוצייגן די ריכטיגע אות הוקרה פאר די בחורי חמד שטייענדיג ביים ענדע פונעם שנת הלימודים האט די הנהלת הישיבה אין שפיץ פון די ראש ישיבה הרה"צ רבי יוסף אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א איבערראשט די בחורי חמד מיט'ן אהערשטעלן די אייגנארטיגע נסיעה, צו דאווענען א געהויבענע שחרית אין דעם הייליגן הויז, ווען צום קלימאקס האט מען ארויסגענומען די הייליגע ספר תורה פונעם ראש שושילתא דדהבא די הייליגער צאנזער רב זי"ע בעל דברי חיים וואס ליגט באוצרו הטוב פון הנגיד החסיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו.

דער ראש הישיבה הרה"צ רבי יוסף שליט"א האט עולה געווען לתורה, און נאכן גולל זיין זענען די בחורים א דורך מיט א חרדת קודש קושן די הייליגע ספר תורה, נאכן דאווענען האט מען זיך געזעצט צו א מעמד לחיים רבתי, ווי הרה"צ רבי יוסף שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה און ארומגערעט איבער די זכי' צו ליינען אינעם הייליגן צאנזער רב'ס ספר תורה, און זיך שטארק באדאנקט פארן בעל האכסניא הנגיד רבי משה שמואל פארן מזכה זיין מיט די געוואלדיגע זכיה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00