דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
בשמחה וחדוה איז געפראוועט געווארן, די צעטנראלע שבת ברכות בחצר הקודש לויצק, לרגל די חתונה פון החתן בן זקונים ביי כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול לויצק אין ירושלים, ווי הונדערטער חסידים האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת רבם ומאורם מלובש בבגדי שבת.
צווישן אנדערע האט זיך אנגעזען די השתתפות פון דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכע האט מיטגעהאלטן די שמחה א לענגערע צייט. אזוי אויך האבן זיך באטייליגט האדמורי"ם מדושינסקיא, ביאלא, קאמארנא, נדבורנא ירושלים, סקולען ירושלים, סטריקוב, זוועהיל ירושלים, אב"ד סלונים ביתר, אב"ד דושינסקיא בית שמש, הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם גאב"ד שיכון ג', הגאון רבי צבי בראווערמאן אב"ד ביתר און נאך.
נאכן בענטשן האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט בנו הצעיר דער חתן, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין די העכערע ספערן. דאן איז דער רבי געטאנצן אינאיינעם מיט אלע קינדער און אייניקלעך זרע ברך ה'.
עס האט נאכגעפאלגט מיט די 'שורות טאנץ' כנהוג, וואס צוליב די אומשטענדן האט מען עס נישט געקענט אויספירן ביי די שמחת החתונה, און אצינד ביים שבע ברכות האט מען משלים געוועהן דעם מנהג מיוחד מקדמת דנא.