מאנטאג פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי
דינסטאג אינדערפרי נאכן געהויבענעם תפילת שחרית און מסיבת לחיים לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק השרף מטאהש זי"ע אינעם גערטל אין טאהש האט דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט זיין פמליא און א טייל פונעם ציבור זיך ארויסגעלאזט דעם לאנגן וועג קיין פּוילן, מיט'ן ציל אנצוקומען צום שטאט ליזענסק און פוקד זיין דעם ציון קודש הקדשים פון רבן של ישראל הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, צו וועם צדיקי בית טאהש לדורותיהם זי"ע זענען געווען אדוק ומקושר אויף אן אויסטעלישן אופן, און א קליינע שיירא האט זיך פּריוואט ארויסגעלאזט קיין פּוילן אנצוקומען קיין דינוב מתפלל זיין אויפ'ן ציון הק' פון הייליגן בני יששכר זי"ע, ובנו הרה"ק ר' דוד מדינוב זי"ע רבו המובהק פון השרף מטאהש זי"ע.
דינסטאג פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין ליזענסק, ווען אינצווישן זענען אויך אנגעקומען די אנדערע שיירות וואס האבן פריער געהאט געפארן קיין קערעסטיר און דינוב, און דער גאנצער ציבור איז תיכף ארויפגעגאנגען צום ציון הק' פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע, וואו דער רבי האט מיט א רגש קודש אנגעהויבן אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהלים אינאיינעם מיט'ן ציבור, עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די התעוררות עצומה וואס האט געהערשט ביי אמירת ספר תהלים, ווען דער רבי שליט"א האט אויסגעלאזט די מזמורי תהילים מיט גרויס השתפכות הנפש און די חסידים זענען דערביי מיטגעריסן געווארן מיט א זעלטענעם התלהבות און התעוררות דקדושה, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט דעם יה"ר און י"ג מדות של רחמים וואס איז געווען בוקע רקיעים, און דאן האט מען אינאיינעם געזאגט בהשתפכות הנפש די תפלה פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.
פון דארט איז דער גאנצער ציבור אריבער צום בנין הכנסת אורחים ליזענסק וואו עס איז געווען צוגעגרייט א נארהאפטיגער נאכטמאל, באזונדער פאר די הונדערטער בעלי בתים און אברכים און באזונדער פאר די תלמידי הישיבות הקדושות.
דערנאך האט דער גאנצער ציבור בראשות דעם רבי'ן שליט"א זיך ארויסגעלאזט מיט די באסעס צום לופטפעלט אין שטאט קאטאוויץ, א וועג פון ארום דריי שעה, וואס גענוי ווי ביים ארויספארן פון ניו יארק איז באשטימט געווארן אז מען זאל ארויספליען פון א קלענערן לופטפעלד, און אויך דאן איז געווען צוגעגרייט אויפ'ן פליגער שיינע צידה לדרך פעקלעך דורך די 'ללכת' פירמע.
אין א גוטע שעה האט דער טשארטער פליגער זיך געהויבן אין די לופטן, און א קורצע צייט נאכ'ן זיך הייבן האט שוין אנגעהויבן ווערן טאג און דער ציבור האט געדאווענט אינאיינעם א געשמאקן תפלת שחרית אין די הויכע רוימען, און דאן האט מען געהאט א געלעגענהייט זיך אפּצורוען און שעפּן פרישע כוחות.
אנקומענדיג העכער די אמעריקאנער הימלען האט ווידעראמאל ארומגענומען דעם ציבור אן איבערראשונג, ווען איבער'ן גאנצן פליגער האט זיך געהערט קולו בקודש פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט גענומען דעם מיקראפאן און האט ווארים אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור אז יעדער זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס וואס מען דארף און מען זאל מיטנעמען די קבלות טובות אויפ'ן גאנצן לעבן.
א קורצע צייט נאכדעם מיטוואך פארמיטאג ניו יארקער זייגער האט מען אין א מזל'דיגע שעה געלאנדעט אינעם אלבאני לופטפעלד, וואו דער גאנצער עולם האט פארלאזט דעם פליגער און איז ארויף אויף די באסעס וואס האבן יעדן געפירט אהיים איש על מחנהו ואיש על דגלו קיין קאנאדע און ניו יארק, וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכער פרישטאג פאר יעדן איינעם.
דער ציבור איז אנגעקומען אהיים אנגעפולט מיט פילע באגאזשן פון ישועות ורפואות, און דערמיט איז געשלאסן געווארן דער געהויבענער מסע קודש וואס וועט געוויס איבערלאזן א לענגערע רושם דקדושה אויף אלע באטייליגטע פאר יארן לאנג.