א שיינעם חומש סעודה איז פארגעקומען אינערהאלב די סאטמארער תלמוד תורה אין מאנסי בראשות כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א ובהשתתפות פון אביו דער זקן צדיקי בית צאנז כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א וואס איז שוין געווען צוגאסט אויף שבת אין שטאט מאנסי.
צווישן די חתני המקרא איז געוועהן היניק זוהן פון הרה"ג ר' יחזקאל שרגא רובין שליט"א זייענדיג דער עלטסטער אייניקל ביי כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אן אן איר אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א.
די רבי שליט"א איז געווארן אויפגענימען לקול מצהלות די ילדי החמד וואס האבן מקבל פנים געווען מיט ווארימע ניגוני שמחה. די רבי האט מיטגעהאלטן די מעמד א משך זמן און משמיע געווען דברי ברכה לכבוד די חתני המקרא, און אלע נאספים, עלטערן און זיידעס.