מאנטאג פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
דער עולם התורה אין אמעריקא איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג מיטלעבנדיג היסטארישע טעג במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי מנהיגי העדה וראשי ישיבות וואס טוען מכתת רגליהם זיין צווישן די שטעט אין ניו יארק אויפצוטרייבן היסטארישע ציפערן אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל.
בכל מקום שרגלי גדולי הדור מגיע שמחה וששון ליהודים, די מחזה הוד וואס שפילט זיך איז אומבאשרייבליך ווען מ'איז זוכה לראות ולקבל פני אדירי התורה וועלכע רייזן ארום מעיר לעיר בטלטולא דאורחא, באשיינענדיג א רייע באנקעטן און מסיבות נהדרות וואו די נגידי אמעריקע עפענען אויף די הערצער און טאשן אויף א זעלטענעם פארנעם, און יעצט שטייענדיג א קארגע וואך פון די מסע הצלה, איז שוין געשאפן געווארן די אומגלויבליך אסטראנאמישע סומע פון "פופציג מיליאן דאלאר", וואס איז א באדייטנדער פראצענט פונעם ציל וואס מוז געשאפן ווערן דורכאויס די מסע הצלה.
צווישן די גדולי ישראל ציילן זיך: מרנן ורבנן הגאון רבי משה הלל הירש ר"י סלאבודקא, הגאון רבי דוד כהן ר"י חברון, המשגיח הגאון ר' דן סג"ל שליט"א און די ראשי ישיבות לעיקוואוד, הגאון רבי מלכיאל קאטלער, הגאון רבי ירוחם אלשין, הגאון רבי דוד שוסטאל און הגאון רבי ישראל נוימאן. אין צוגאב האבן זיך אנגעשלאסן ביי טייל פון די מסיבות דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, און הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה. דאס קומט אין א צייט, וואס צוליב די מצב המלחמה אין ארץ ישראל, האבן עטליכע פון די גדולי אדמורי"ם וראשי הישיבות זיך נישט געקענט אנשליסן אין די 'מסע הגדולים', אבער טראצדעם טוט די קריטישע מגבית ווייטער פארזעצן בכל תוקף ועוז.
פאריגע וואך זענען פארגעקומען עטליכע באנקעטן אין שטאט לעיקוואוד, צווישן זיי: ביי הנגיד ר' ארי שטערן, ביי משפחת וואלמארק און נאך. צום קלימאקס איז פארגעקומען א באנקעט אין שטוב פון הנגיד ר' ברוך יערמיאש. ביים באנקעט האט אויפגעטראטן דער ראש ישיבה הגאון רבי משה הלל הירש און ארויסגעברענגט אז זינט ער האט זוכה געווען זיך צו באקענען מיט זיין ידיד הנגיד ר' ראובן וואלף הי"ו יושב ראש קרן עולם התורה, שפירט ער אז זיין מטרה אין לעבן איז ארויף מיט הונדערט פראצענט, האבענדיג די זכות אינאיינעם מיט ר' ראובן אוועקצושטעלן א פינאנציעלן בסיס פאר לומדי תורה אין ארה"ק.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט, אז פאריאר מיט די התייסדות הקרן, איז געווען א גרויסע נסיון פאר אסאך מענטשן צו געבן געלט, אבער דאך זענען אסאך אידן אנגעקומען צו די הויעכע מדריגה און האבן יא בייגעשטייערט גרויסע סכומים. אצינד טוהן מיר בעטן פון אט די יודן, אז זיי זאלן בלייבן ביי די הויעכע מדריגות און ווייטער פארזעצן צו געבן גרויסע סכומים לכבוד התורה ולומדיה.
דער משגיח הגאון רבי דן סג"ל שליט"א האט געזאגט, אז ווען א מענשט ארבעט שווער און ער מאכט געלט, און ער גיבט דאס פאר תורה און נישט פאר זיינע אייגענע צוועקן, איז דאס אמת'ע מסירת נפש און די תוצאה פון מסירת נפש, איז נסים גלויים פונעם אויבערשטן.
שפעטער אין טאג איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע מעמד 'עצרת תפלה' אין ליכט פון די מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, ווי טויזענטער אידן זענען זיך צוזאמגעקומען אין היכל ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואוד אין שפיץ פון די גדולי ראשי הישיבות שליט"אט.
איידער די מעמד התפלה האט מען געהערט דברי התעוררות פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע וועלכער האט מעורר געוועהן דעם ציבור מיט דברי התעוררות והתחזקות.
דאנערשטאג שלח זענען די גדולי ישראל אנגעקומען קיין פלעטבוש צום שטוב פון הנגיד ר' משה פעלדמאן, און פון דארט זענען זיי ארויפגעגאנגען צום שטוב פונעם פילאנטראפ מגדולי מחזיקי תורה הנגיד ר' ראובן שאראן וועלכער האט אפּגעראכטן אין זיין שטוב א מסיבה מיט נאך א צאל נגידים לטובת דעם קרן עולם התורה, וואו דער בעל אכסניא ר' ראובן האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער און האט מעורר געווען די אנוועזנדע נגידים אז דאס וואס דער אייבערשטער גיבט עשירות איז בלויז פאר דעם צוועק מען זאל קענען שטיצן און פארשטערקערן דעם עולם התורה.
פון דארט זענען די גדולי ישראל צוגעפארן צום שטוב פונעם ספרדישן נגיד ר' יעקב משען וואו פילע אידן פון די ספרד'ישע קרייזן האבן זיך פארזאמלט כדי אפּצוגעבן דעם פּאסיגן כבוד התורה פאר די גדולי הדור, דארט איז אויך אנוועזענד געווען דער ראשון לציון הגאון ר' יצחק יוסף שליט"א נשיא מועצת חכמי התורה.
דערנאך האבן די גדולי ישראל ממשיך געווען צום שטוב פון הנגיד ר' ראלף הערצקא, וואו עס האט צווישן אנדערע אויפגעטרעטן דער משגיח הגאון ר' דן סג"ל וועלכער האט אויסגעשריגן מנהמת ליבו אז ווען מען זעהט די אלע אסטראנאמישע נדבות שרייט דאס ארויס אז דער רבונו של עולם האט נישט באנקראטירט, און די אלע וואס זענען זוכה תורם צו זיין פאר'ן עולם התורה זענען באזונדער באליבט ביים אייבערשטן.
פון דארט זענען די גדולי ישראל צוגעפארן צום שטוב פון הנגיד ר' ברוך קארפינקל וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה מיט די באטייליגונג פון צענדליגער נגידים פון איבער גאנץ ברוקלין, דארט האט מען געהערט א דרשה דורך א הוק-אפּ פון בני ברק מפי הגאון הגדול ראש הישיבה ר' דוב לאנדא שליט"א.
פארנאכטס איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מסיבה לטובת קרן עולם התורה אין שטוב פון הנגיד ר' שמשון פשערהאפער אין בארא פּארק, בהשתתפות פון צענדליגער נגידים פונעם גאנצן אוגעגנט ובראשות די גדולי ישראל, אויך דארט האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש הישיבה הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א האט אויפגעטרעטן דורך א הוק-אפּ וואו ער האט במיוחד ארויסגעברענגט לשבח דעם בעל אכנסיא ר' שמשון וועלכער איז זיינס א נאנטער תלמיד.
צומארגענס פרייטאג האבן די גדולי ישראל זיך מטריח געווען און ארויסגעפארן קיין מאנסי, וואו עס איז פארגעקומען א ספּעצעילער דינער אין שטוב פון הנגיד ר' אליעזר שיינער הי"ו מגדולי מחזיקי תורה, וואו פילע נגידים ותומכי תורה פון איבער די שטאט האבן זיך פארזאמלט צו שטיצן דעם קרן עולם התורה.
נעכטן זונטאג קרח איז פארגעקומען א גרויסארטיגער מסיבה פאר'ן קרן אין שטוב פונעם בארימטן מחזיק עולם התורה הנגיד ר' שמעון גליק פון מאנסי. אין צוגאב צו די גדולי התורה פון די משלחת האט זיך דארט אויך משתתף געווען הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת בית מדרש גבוה אין לעיקוואד, עס האט אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד דער ראש ישיבה הגאון ר' משה הלל הירש וועלכער האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט בשבחו פונעם בעל אכסניא ר' שמעון זאגנדיג אז ער איז דער ראש מחזיקי התורה בדורנו און כלל ישראל איז אים שולדיג הכרת הטוב שוין צענדליגער יארן.
פון דארט האבן די גדולי ישראל ממשיך געווען דעם מסע עולם התורה קיין ניו דזשערזי, וואו זיי זענען צום ערשט אנגעקומען צום שטאט פּאסעיק אויף א מסיבה אין שטוב פון הנגיד ר' ברוך לעבאוויטש הי"ו, און פון דארט זענען זיי צוגעפארן צו א מעמד אדיר אין צענטער פון שטאט וואו טויזענטער בני תורה און תושבי העיר האבן זיך פארזאמלט מקבל צו זיין פני מרנן ורבנן גדולי הדור, מען האט געזאגט פרקי תהלים למען שלום אחינו בארץ ישראל און דערנאך האט דער ראש ישיבה הגאון ר' משה הלל הירש אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק.
פארנאכטס זענען די גדולי ישראל אנגעקומען קיין דיעל, ניו דזשוירזי, אין שטוב פון ר' דזשימי קאזרי, וואו עס זענען אויך אנוועזענד געווען הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה און דער ראשון לציון הגאון ר' יצחק יוסף שליט"א, שפּעטער איז אנגעקומען דער משגיח הגאון ר' דן סג"ל שליט"א, עס האבן דארט אויפגעטרעטן מיט דרשות צווישן אנדערע הגאון ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע וועלכער האט גערעדט בשבחו פונעם בעל אכסניא אז ער איז א מוסטער פאר אלע נגידים וויאזוי צו שטיצן תורה, און דער משגיח הגאון ר' דן סג"ל שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם זכות אז די אלע געלטער וואס קומען אן צו די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל קומען דוקא פון שומרי תורה ומצוות.
היינט מאנטאג זענען די גדולי ישראל ממשיך דעם מסע חיזוק קיין טאראנטא, קאנאדע, וואו דער ארטיגער אידנטום וועט האבן די זכי' מחזק צו זיין דעם קרן עולם התורה בארץ ישראל.