הויפט בלאט באריכט בסימן טוב ובמזל טוב: הערליכע שמחה אין אנטווערפען ביי גרויסער חתונה אין פשעווארסקער הויף

בסימן טוב ובמזל טוב: הערליכע שמחה אין אנטווערפען ביי גרויסער חתונה אין פשעווארסקער הויף

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


בשמחה וצהלה האבן טויזנטער תושבי אנטווערפען און חסידי פשעווארסק מיטגעלעבט די שמחה הרוממה במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתונה פון נכדו החתן א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' יוסף מאיר ראזענבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מנשה ראזענבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סוליצא זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל חיים וואגשאהל זצ"ל מלאנצהוט.

דורכ'ן טאג האט זיך אנגעזעהן מאסיווע הכנות סיי אין ביהמ"ד פשעווארסק און אויף די גאס פארנט פון בית המדרש וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע פלאטפארמע פאר די מעמד החופה, און אזוי אויך אין די גרויסע בית רחל זאל וואס איז צוגעגרייט געווארן מיט א הערליכע בימת הכבוד און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן סיי די חסידים תושבי העיר, די בחורי הישיבות הקדושות פון שטאט, די פילע געסט פון לאנדאן און אנדערע מקומות.

ביים קבלת פנים האט דער רבי מסדר געוועהן די כתובה וואס ער האט זעלבסט אפגעשריבן די כתובה בכתב יד קדשו, און מען האט געהערט דברי חרוזין דורכן בדחן הרר"ר הערשל גראס הי"ו בגודל השעה. דערנאך איז דער רבי געגאנגען צום באדעקן אינעם היכל הכולל נעבן ביהמ"ד.

די מעמד החופה איז פארגעקומען אויף די מערקאטאר גאס פארנט פון בית המדרש, וואס איז געווען שווארץ מיט הונדערטער חסידים זקנים עם נערים.

נאכן זינגען די ניגוני התעוררות האט דער גבאי הרב אלעזר אללעך אויסגערופן אז הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א מרא דאתרא הדין איז מכבד דעם רבי'ן שליט"א מיט סידור קידושין, די עדי קידושין זענען געוועהן הגאון ר' עמרם העניג דומ"ץ דקהל מחזיקי הדת און הגאון ר' יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת מחנובקא בעלזא. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א, מיט די ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן די פעטערס כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א, הגה"צ רבי בערל ראזנבערגער שליט"א אב"ד בריגל, הגה"צ רבי אלעזר אלימלך ראזענבערגער שליט"א מסוליצא, און הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א. ברכת אחריתא דער מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן ווארעמע ברכת הקודש פאר'ן גאנצן ציבור, דער רבי שליט"א איז ארויס מגדרו און בין הדברים דערמאנט דעם שווערן מצב אין ארץ ישראל, וואו אידן לעבן מיט גרויסע פחדים פון די אנגייענדע מלחמה. דער רבי שליט"א האט געוואונטשן אז די זכות פון שמחה של מצוה זאל מגין זיין אויף די אידן אין ארץ ישראל זיי זאלן ניצל ווערן מכל צרה וצוקה מיט א שמירה עליונה אין אלע ענינים.

נאכ'ן מעמד החופה איז אפגעראכטן געווארן דער סעודת החתונה אין די זאלן פון בית רחל, וואו מ'האט זיך מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים, ובפרט ביי די געהויבענע ריקודין של שמחה וואס האט זיך פארצויגן אויף א לענגערע וויילע. הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א איז מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך א געהויבענע ריקוד מיט די זיידעס און מחותנים.

אינצווישן האט דער רבי שליט"א געזעגענט מיט קוויטלעך די געסט וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה מעבר לים, און כחצות הלילה איז די רבי שליט"א ערשינען צום חתונה. דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און דאן זיך געוואשן צום סעודת החתונה, ווען אויפן בימת הכבוד באטייליגן זיך פילע אדמורי"ם ורבני העיר, וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים.

נאכן בענטשן האט הרב הערשל גראס אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצוה טאנץ מיט פאסיגע דברי חרוזין, גאר א רירנדע מאמענט איז געוועהן ווען ער האט דערמאנט די צרות הכלל, און בפרט מעורר רחמי שמים געווען אויף אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק, ציטירנדיג דעם רבינס ברכת הקודש נאכן חופה אין א בחינה פון אעלה את ירושלים על ראש שמחתי. די רבי שליט"א האט דאן אפגעראכטן די ריקודי קודש אויפן בימת הכבוד מיט א געוואלדיגן דביקות כדרכו בקודש און דערנאך געטאנצן מיט די חתן מחותנים. עס האט נאכגעפאלגט די מצוה טאנץ פון די אנדערע זיידע'ס.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00