הויפט בלאט באריכט לעצטע הכנות אין "טאהש – אונגארן" צום הילולא פון השרף מטאהש; ספעציעלער טשארטער ארויסגעלאזט פון אלבאני

לעצטע הכנות אין "טאהש – אונגארן" צום הילולא פון השרף מטאהש; ספעציעלער טשארטער ארויסגעלאזט פון אלבאני

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


לעצטע הכנות ווערן געמאכט צווישן הונדערטער חסידי טאהש די בכל אתר ואתר מיטצוהאלטן דעם גרויסארטיגן "מסע הקודש", ווען כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט זיך בע"ה היינט ארויסלאזן אויף א קורצע נסיעה קיין "טאהש-אונגארן", מקום שהתפללו בו אבותיו הקדושים, מתפלל זיין און מעורר רחמים זיין על הכלל והפרט, ביומא דהילולא קדישא של זקינו ראש שלשלת הקודש טאהש, הרה"ק השרף מטאהש זי"ע.

אויף די בקשה פון טאהשער רבי שליט"א האבען זיך אריינגעלייגט א גרופע עסקנים, ספעציעל אויסצוארבעטן אז די גאנצע נסיעה מבואו ועד צאתו זאל זיין דאס מערסטע אויסגעהאלטן ברוחניות, מ'זאל זיך נישט דארפן באנוצן מיט די געהעריגע עירפארטס און טערמינעלס, פאר דעם צוועק האט מען אריינגעלייגט א א שיעור כחות און דמים תרתי משמע, און עס ספעציעל אפגעדינגען געווארן א טשארטער פליגער פאר דעם 'מסע הקודש', מיט בלויז מענער מאנשאפט, און מיט פארלאשענע סקרינס וכדו'.

באזונדער איז געלייגט געווארן א גאר שטארקע געוויכט צו פארן מיט קליינע עירפארטס, און נישט דורך די געווענליכע טערמינאלן, און אין די שעה'ן ווען עס איז ליידיג. ווי אויך האט מען אויסגעארבעט צו פליען פון אלבאני עירפארט און מ'זאל נישט דארפן אריינגיין אין קיין טערמינעל, נאר גלייך ארויפגיין אויפן פליגער.

אין די יעצטיגער מיטאג שעהן מאכן הונדערטער חסידים זייער וועג פון איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנאדע צום אלבאני לופטפעלד פון וואו דער עראפלאן וועט זיך הייבן אין די קומענדיגע שעות קיין אונגארן. אנקומענדיג קיין בודאפעסט וועלן די באסעס פארן קיין "טאהש".

מארגן מאנטאג פארנאכטס וועט פארקומען א התרגשות'דיגער מעמד "התחדשות הגערטל" ובקשת רחמים, אין דעם ספעציעלן שאטער וועלכע איז אויפגעשטעלט אינעם מקום המסוגל לישועות "גערטל", בראשות כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א לפעול דבר ישועה ורחמים בעד בית ישראל.

דערנאך וועט דארט אריינגעגעבן ווערן א ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן דורך די געטרייע משמשים בקודש וועלכע האבן געהאט די זכי' משמש צו זיין דעם הייליגן טאהשער רבי'ן ז"ל בחיים חיותו און האבן אינאיינעם געלאזט שרייבן א ספר תורה לזכרו הטהור, די ספר תורה וועט אריינגעפירט ווערן בתופים במחולות ובריקודין לכבודה של תורה.

תיכף נאך תפלת מעריב וועט סערווירט ווערן א ברייטע סעודת הילולא פארן ציבור, און כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד ההילולא פון זקינו השרף זי"ע. נאכן טיש וועט דער רבי ארויסגיין צום ציון הקדוש ברוב עם הדרת מלך און אויסזאגן גאנץ ספר תהלים ביים אהל הקדוש פון זקינו בעל הילולא זי"ע.  דערנאך וועט מען מתפלל זיין ביים אהל הקדוש פון בנו הסבא קדישא מטאהש זי"ע. תיכף נאך תפלת שחרית ומסיבת לחיים לכבוד ההילולא קדישא וועט מען ארויספארן קיין ליזענסק צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.

פון ליזענסק וועט מען זיך ארויסלאזן צום ריישא עירפארט אויפן וועג אהיים, אנגעפילט מיט זעק מיט ישועות ורפואות לנו ולכל בית ישראל.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00