הויפט בלאט באריכט געהויבענער שמחת נישואין בחצרות קרעטשניף י"ם – הארנסטייפל – סטראפקוב – זלאטשוב

געהויבענער שמחת נישואין בחצרות קרעטשניף י"ם – הארנסטייפל – סטראפקוב – זלאטשוב

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א שיינע שמחה איז געפראוועט געווארן אין די הויפן פון קרעטשניף י"ם – הארנסטייפל – זלאטשוב – סטראפקוב, ווען טראץ די שווערע אומשטענדן, און פארשידענע פראוון אפצוהאלטן די חתונה, האט די שמחה געבראכן אלע גרעניצן, און מאסן חסידים האבן זיך מיטגעפריידט בחדוות הלבבות ביי די שמחה בבית צדיקים.

די שמחה ביי חסידי קרעטשניף ירושלים איז געווען גרויס, האבנדיג דאס ערשטע מאל א געלעגנהייט מיטצולעבן א חתונה פון א אייניקל בן אחר בן ביים רבי'ן שליט"א אין ארץ ישראל, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הרב מרדכי בנו הגדול פונעם רבינס עלטסטן זון הרה"צ רבי דוד שלמה ראזענבוים אב"ד קרעטשניף י-ם, און חסידים פון אלע שטעט האבן געמאכט די וועג קיין ביתר מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה אינעם רבינ'ס הויף.

די שמחה איז ליידער נישט געוועהן בשלימות ווען עטליכע פון די גאר נאנטע קרובי המשפחה זענען געבליבן געשטראנדערט מעבר לים, ובראשם די גרויסע זיידע מצד החתן כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וואס טראץ די גרויסע שתדלנות און עסקנות איז נישט געלונגען פארן רבי'ן זיך אומצוקערן קיין ארץ ישראל צו די חתונה, אין צוגאב צו פילע חסידים און ידידים פון אלע צדדים וואס האבן זיך געגרייט צו קומען צופארן צו די שמחה, צווישן זיי די מתפללי בית מדרשו פון די אבי הכלה הגה"צ רבי יעקב ישראל פריעדמאן אב"ד עמק התפילה טשערקאס אין קרית יואל זייענדיג ביי איהם דאס ערשטע קינד בשעה טובה.

די שמחה האט זיך אנגעהויבן נאכמיטאג מיט די קבלת פנים בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל שליט"א, ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו מחשובי חסידי קרעטשניף האט משמיע געווען דברי כיבושין, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די עלטער פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מליטשיק שליט"א.

דאן איז מען ארויס צום חופה ברחובה של עיר, צוליב די שטרענגע מאסנאמען דורך די פאליציי, איז די חופה פארגעקומען אן קיין מוזיק, אבער די קול השירה בפה פון די הונדערטער משתתפים האט אפגעהילכט ביז עטליכע גאסן ווייט, בשעת מען האט געזינגען די ניגוני דביקות והתעוררות. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א, קריאת הכתובה א פעטער מצד הכלה הגאון הרב פנחס פריעדמאן ראש ישיבת נר ישראל, ברכות ראשונות כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב שליט"א. נאכן חופה האבן די זיידעס האדמורי"ם שליט"א געוונטשן מברכות קדשם, און באזונדערע ברכות אז קיינער זאל חלילה נישט ניזק ווערן פון די יעצטיגע מלחמה, ישראל נושע בהשם תשועת עולמים.

דאן איז מען אריבער צום גרויסן באיאנער קלויז אין ביתר, וואו עס איז געווען צוגעגרייט די סעודת מצווה כיד המלך אויף א ברייטע פארנעם, צוליב די שטערונגען פון די פאליציי איז ביים אנהייב פון די שמחה נישט געווען קיין לעקטער אין זאל, דאך האט מען געטאנצן מעומקא דליבא לכבוד שמחת חתן אין א בחינה פון לילה כיום יאיר וחשכה כאורה, בשעת ווען מען איז דורך וואונטשן מזל טוב פאר די זיידעס האדמורי"ם שליט"א.

נאך תפילת מעריב האט מען מקבל געווען די זיידע האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, מיט טענץ און געזאנג – אן קיין מוזיק, זייענדיג א שמחה אמיתית ופנימית, די חתונה האט ממשיך געווען לקול תרועת הזמר באגלייט מיט קאפעליע משוררים.

במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמור"ים ורבנים צווישן זיי: האדמור"ים מוויזניץ בית שמש, נדבורנה ירושלים, נדבורנה ביתר, ביאלא בני ברק, לויעוו טשערנאביל, לעלוב בראנוביץ, טרעבישאן, באסטאן, באסטאן ביתר, קאסאן ירושלים, ליטשיק, גאב"ד ביתר, אבד"ק באראוו און נאך.

מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד באראוו שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, און ברכה אחריתא הרה"צ רבי בנימין פלינטנשטיין בן כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בית שמש זצ"ל.

דאן האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ, ווען צום ערשט איז געטאנצן די זיידע האדמו"ר מהארנסטייפל, דערנאך איידער די מצווה טאנץ פון די זיידע האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און אין א זעלטענע שריט האט די רבי שליט"א געשפילט אויף א פידל לכבוד די שמחה, דער רבי האט אפגעשפילט דעם ניגון אחד יחיד ומיוחד זייענדיג איינגעהילט אין א דביקות עילאה, דערנאך איז די רבי געטאנצן די אשת חיל ריקוד לפני הכלה, נאכגעפאלגט מיט די מצווה טאנץ מיט גרויס רגש, און די ריקודין מיט די חתן, מחותנים, און מיט די בני משפחת המלוכה, דערנאך האט פארגעזעצט די מצווה טאנץ פון די זיידע האדמו"ר מזלאטשוב, און פון די אנדערע פעטער'ס און מחותנים, עס איז געווען קרוב צו איינס אזייגער אויפדערנאכט ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00