מיטוואך פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס דערהויבנקייט האבן חסידי באבוב תושבי מאנסי נעכטן דינסטאג מקבל געוועהן את פני הקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז אנגעקומען אין שטאט מפאר צו זיין בראש השמחה ביים צענטראלן שבע ברכות פון נכדתו הכלה א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ רבי חיים דוד וואקסמאן דומ"ץ באבוב מאנסי, צוגעשטעלט דורך קהילת ומוסדות באבוב אין מאנסי.
די שבע ברכות איז פארגעקומען ברוב פאר והדר בהיכל ביהמ"ד הגדול אין שטאט וואס איז הערליך באצירט געווארן מבית ומבחוץ לכבוד דעם גרויסן שמחה. דער באבובער רב האט אויך געהייסן איינלאדענען צו די שמחה די פילע חסידי באבוב תושבי ארצינו הק' וואס זענען לעת עתה געשטראנדעט אין ניו יארק צוליב די מצב המלחמה.
צום ערשט האט אויפגעטרויטן הרב פישל הלברשטאם הי"ו וואס האט מקדם געוועהן בברכה כל העם הנאספים. קורצליך דערויף האט מען ענטפאנגען בקול צהלה ורנה דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. נאכ'ן זיך וואשן צום סעודה, האט אויפגעטרעטן די מחותן הגה"צ דומ"ץ באבוב מאנסי, וואס האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט רגשי לבבו לכבוד די שמחה. דערנאך האט הרב שלום יצחק וואקסמאן הי"ו מנכבדי הקהילה און א ברודער פונעם דיין פארגעזינגען חרוזים לכבוד די שמחה.
הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א זיידע פון חתן האט אויפגעטראטן מיט דברי תורה און ארומגערעדט מעניני שמחה און האט אויך ארומגערעדט בדברי שבח פון די הערליכע באבובער קהלה אין מאנסי הנודע לשם ולתהילה.
דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן אמרי קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואס האט צום ערשט ווידעראמאל דערמאנט אחב"י תושבי ארה"ק המצפים לישועת ה'. דער רב שליט"א האט ארומגערעדט בשבח הקהילה וואס אין די לעצטע צוויי יאהר זייט ער האט ממנה געווען זיין איידעם די דיין צו שטיין אין שפיץ פון די קהלה און מוסדות שטייט די קהילה איהם צו די האנט בכל עת מצוא להרחיב פעלים לתורה וליראה.
באזונדער האט דער רבי ארומגערעדט בנועם שיח איבער דאס חשיבות פון א חסידי'ישע און באבוב'ער שטיבל וואו חסידים ואנשי מעשה האלטן זיך באגודה אחת בכל עת מצוא, און מסיים געווען בברכת קדשו לכל הנאספים.
ביים שבע ברכות האבן זיך אנגעזעהן די רבני העיר ובראשם האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א און הרבנים הגאונים הצדיקים בני האדמו"ר מסקווירא.