הויפט בלאט באריכט נגידי גור אלוועלטליך לעבן מיט אומפארגעסליכע שבת אין מאנסי בראשות האד' מגור

נגידי גור אלוועלטליך לעבן מיט אומפארגעסליכע שבת אין מאנסי בראשות האד' מגור

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום, שאט די דאט, JDN


מיט אן אויסטערלישע געהויבנקייט ורגשי קודש האבן די נדיבי עם קודש תומכי קרן הצלת התורה דחסידי גור זוכה געווען מיטצולעבן די גייסטרייכע שבת במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, בזמן שהצדיק בעיר, האבנדיג די זכיה צו וויילן בחדרי המלך פנימה אין שטאט מאנסי, בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי מאיר פריי הי"ו, א שבת מרומם אנגעזאפט מיט קורת רוח ותענוג רוחני בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א, באגלייט מיט אינהאלטסרייכע מעמדי הוד לכבוד הנגידים בעם.

אויף שבת זענען איינגעלאדענט געווארן קרואי מועד אנשי שם די נגידים סיי פון דאי, און סיי פון לאנדאן, אנטווערפען, און פון ארצינו הקדושה. טראץ די זארג וואס האט געהערשט איבערן וואוילזיין פון אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש, איז אבער די שבת פאראיבער גאר געהויבן, בא שבת בא מנוחה.

ערש"ק אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר די נגידים אריינצוגיין בקודש פנימה לברך ולהתברך און שלום נעמען, ווי די רבי האט פארטיילט עפלעך און וויין לברכה ולשמירה.

שפעטער ערב שבת נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויף שבת. צו קבלת שבת און מעריב איז צוגעגאנגען הנגיד רבי שלמה טייטל הי"ו. נאכ'ן דאווענען האט זיך די רבי אויסגעדרייט צום ציבור און יעדער אנגעוונטשן א גוט שבת מיט א מאור פנים.

דער הויכפונקט איז געווען דער טיש פרייטאג צונאכטס, וואס דער רבי האט געגעסן אינאיינעם מיט די משתתפי השבת, די סעודה האט זיך פארצויגן קרוב צו צוויי שעה. אין לויף פונעם טיש האט מען געזינגען די זמירות שבת און נאך פארשידענע ניגונים און זמירות אריינגערעכנט די וויזניצער מנוחה ושמחה. צו דער זייט פונעם רבי'ן אויפן אויבן אן זענען געזעצן בניו וחתניו הרבנים, די מרא דאתרא הרה"ג ר' הערשל ראטטענבערג שליט"א, הגאון רבי משה חיים דנדרוביץ ראש ישיבת שפת אמת, און הנגידים ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקע און ר' אלי' בלימאן הי"ו, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם ברין הי"ו, שווער פונעם בעל האכסניא הנגיד רבי מאיר פריי שיחי'.

שחרית שבת צופרי האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' שלמה קאפאלאוויטש הי"ו, די עליות איז פארקויפט געווארן פאר "פופציג טויזנט דאלאר" יעדע עלי', מיט הוצאה והכנסה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג שליט"א רב חסידי גור אין אמעריקא, די רבי האט עולה געווען שישי, מיט הגבהה איז מכובד געווארן די מעיאר פון בני ברק ר' חנוך זייברט הי"ו און מוסף האט געדאווענט הרה"ח ר' דוד פלוטשעניק הי"ו.

כמעשהו בראשונה האט זיך איבערגע'חזר'ט די קירבה יתירה על שלחן המלך ביי די מיטאג סעודה, ווען דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור אינאיינעם מיט די נגידים.

שבת נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן א "טרונק" בראשות דעם רבי'נס קינדער הרה"צ רבי נחמיה, הרה"צ רבי ישראל מנחם און חתנא דבי נשיאה הרה"ג ר' שמעון רוטשטיין שליט"א, וועלכער האבן געהאלטן געשפאנט מיט עובדות קודש בקודש פנימה ביים רבי'ן שליט"א, הרה"צ רבי נחמי' האט דערציילט די השתלשלות הענינים, ווי די מצב אין ארץ ישראל מיט די גזירת הגיוס צושטערט מנוחת נפשו הטהורה פונעם רבי'ן שוין קרוב צו א יאר צייט, ער האט דערציילט איבער די פלענער וואס זענען געווען אויפן טיש, און נאך אינטערסאנטע חידושים.

חתנא דבי נשיאה רבי שמעון רוטשטיין און הרה"צ רבי נחמיה האבן אויך אנגעווארעמט די הערצער איבערן גודל מעלת הצדקה והחזקת התורה, און בפרט איבער די גרויסקייט אויסצוהאלטן די יונגעלייט תושבי ערד.

בעת רעווא דרעווין האט זיך ווידער אפגעשפילט געהויבענע מאמענטן בצל הקודש ווען די רבי האלט מיט די ניגונים מיט גרויס דביקות, מוצאי שבת נאך הבדלה האט מען געזינגען ניגונים און מען האט פארטיילט דעם ספר אורחות צדיקים פאר אלע נגידים, און דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי נחמי' אלתר האט דערביי פארגעלערנט א שיעור אזוי ווי עס איז לעצטנס נתייסד געווארן דורכ'ן רבי'ן א נייעם סדר הלימוד אין ספרי מוסר אין אלע גורע שטיבלעך, צו לערנען מוצאי שבת. אומר ועושה האט הרה"צ ר' נחמי' פארגעלערנט א שיעור אין שער הנדיבות און שער הרחמים אינעם לוח הלימוד, ווען דער רבי זיצט דערביי און האלט מיט דעם שיעור.

דערנאך האט מען געהערט די התרגשות'דיגע דברי סיום פונעם שבת דורך הגאון רבי משה חיים דנדרוביץ ראש ישיבת שפת אמת, וועלכער האט מחזק געווען אלע שותפים נאמנים בהחזקת איחוד מוסדות גור. דערנאך זענען אלע נגידים אריין אל הקודש פנימה  און דער רבי האט פארטיילט א פראכטפולע ספר תהילים פאר אלע נדיבים אלס שמירה בדרכם צלחה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00